ווידעאָ: „אַ טאָג אין שפּיטאָל‟ געזונגען דורך אַבֿרהם מרדכי שוואַרץWATCH: “A Day in the Hospital” sung by Avrum Mordche Schwartz
דאָס ליד שילדערט די שוועריקייטן וואָס אַ קינד מאַכט דורך בײַם לײַדן פֿון אַ ראַק.
אַחוץ די חתונות, יום־טובֿדיקע פֿײַערונגען און בר־מצוות, איז דאָס בעסטע אָרט צו הערן נײַע מוזיק אויף דער חסידישער גאַס בײַ די בענעפֿיטן לטובֿת די חסד־אָרגאַניזאַציעס. אויף אַזעלכע אָוונטן טרעטן אויף זינגער און כאָרן מיט אָריגינעלע לידער, וואָס מע האָט געשאַפֿן ספּעציעל צו באַזינגען דאָס שליחות פֿון אַן אָרגאַניזאַציע און די אַרבעט פֿון אירע אָנגעשטעלטע און וואָלונטירן.
מיט פּונקט אַזאַ ליד, „אַ טאָג אין שפּיטאָל‟, איז אויפֿגעטראָטן דער בדחן אַבֿרהם מרדכי שוואַרץ אויף אַ גאַלאַ־אָוונט לטובֿת „אחים ביחד‟, די חסידישע אָפּטיילונג פֿון דער אָרגאַניזאַציע „חי לײַפֿלײַן‟, וואָס שטיצט אונטער די משפּחות פֿון קינדער וואָס לײַדן פֿון שווערע קראַנקייטן. אינעם וויליאַמסבורגער זאַל Loft172, האָט ער געזונגען זײַן נײַ־געשאַפֿן ליד, וואָס שילדערט די שוועריקייטן פֿון אַ קינד בײַם ליגן אין שפּיטאָל מיט אַ ראַק. עס באַגלייט אים אויפֿן סינטעזאַטאָר אשר רינגל.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO