בליץ־בעלעטריסטיק אויף ייִדיש: אַ פּאַסיקער זשאַנער פֿאַרן 21סטן י״הFlash fiction – a great genre for Yiddish in the 21st century
בעת אַ וואַרשטאַט אויפֿן הײַיאָריקן „ייִדיש־מאַראַטאָן‟ האָבן די באַטייליקטע געשאַפֿן מיקראָ־דערציילונגען אויף מאַמע־לשון; אָט זענען דרײַ פֿון זיי.
ניט נאָר סתּם מענטשן, נאָך אויך גרויסע ליטעראַטור־ענטוזיאַסטן באַקלאָגן זיך אַז זיי האָבן הײַנט ניט קיין צײַט צו לייענען בעלעטריסטיק. ליטעראַטור פֿאָדערט דאָך אי צײַט אי געדולד, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע פֿאָרמען פֿון קונסט.
ווי אַ פֿאָרשטײערין פֿון דער ליטעראַטור און איר טראַדיציע, האַלט איך אַז איך דאַרף אַליין עפּעס טאָן צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ. אַוודאי וואָלט די פּשוטסטע זאַך געווען צו פֿאַרגעסן וועגן יענע אומגעדולדיקע לייענערס און באַשליסן, אַז ליטעראַרישע טעקסטן זענען בלויז פֿאַר מבֿינים. פֿון דער אַנדערער זײַט, אפֿשר קען מען נאָך ראַטעווען די באַציִונג צווישן טעקסט און מענטש, אַפֿילו אויב דאָס הייסט צופּאַסן די ליטעראַטור צו אַ תּקופֿה אין וועלכער אַ סך מענטשן האָבן בלויז גענוג געדולד צו לייענען אַ לענגערן פֿייסבוק־פּאָסט.
ווען איך האָב זיך באַקענט מיטן באַגריף „פֿלעש פֿיקשאָן‟ (אָדער ווי איך וועל עס רופֿן דאָ אויף ייִדיש: בליץ־בעלעטריסטיק) — אַ ליטעראַרישער פּראָזע־זשאַנער פֿון ווייניקער ווי טויזנט ווערטער, געוויינטלעך בערך הונדערט ווערטער, איז עס געווען אַ מין אַנטפּלעקונג. ווי אַ שרײַבער פֿון בליץ־בעלעטריסטיק, קען מען עקספּערימענטירן און האַלטן אַ גאַנצן נאַראַטיוו ניצנדיק די מינימאַלסטע קאָמפּאָנענטן פֿון אַ סיפּור־המעשׂה און סטיל; און ווי אַ לייענער, מוז מען זיך ניט פֿאַרפֿליכטן אויף אַ לענגערער דערציילונג אָדער אַ גאַנצן ראָמאַן כּדי הנאה צו האָבן פֿון אַ ליטעראַרישער שאַפֿונג.
די שאַפֿונגען אינעם זשאַנער בליץ־בעלעטריסטיק, וואָס הייסן מיקראָ־דערציילונגען, האָבן שוין אַרויסגערופֿן אַנאַליזן וועגן די צילן פֿון פּראָזע, אירע פֿעיִקייטן און פֿאַרשיידענע אופֿנים ווי מע קען באַנײַען די קונסט, ווײַל אין דער אמתן קען מען געפֿינען פֿריִיִקע פֿאָרמען פֿונעם זשאַנער אין דער געשיכטע. מע קען למשל באַטראַכטן די אַלטע משלים ווי פֿירלויפֿערס פֿון דער בליץ־בעלעטריסטיק. די באַקאַנטסטע — און מסתּמא די קירצסטע — דוגמה איז די מעשׂה פֿון זעקס ווערטער וואָס דער אַמעריקאַנער שרײַבער ערנעסט העמינגוויי האָט כּלומרשט צוגעטראַכט: „צום פֿאַרקויפֿן: עופֿעלע־שיך נישט געטראָגענע‟.
מיקראָ־דערציילונגען געפֿינט מען בײַ אַ סך עקספּערימענטאַלע מחברים, וואָס האָבן געפּרוּווט שרײַבן אַזוי בצימצום ווי מעגלעך: פֿראַנץ קאַפֿקאַ, אַוגוסטאָ מאָנטעראָסאָ, לידיאַ דייוויס און ערשט לעצטנס איז אַרויס אַ זאַמלונג מעשׂהלעך אַזוינע פֿונעם רוסישן שרײַבער דאַניִיִל כאַרמס, איבערגעזעצט אויף ייִדיש. במשך פֿון די לעצטע יאָרן ווערט דער זשאַנער אַלץ מער פֿאַרשפּרייט, בפֿרט אויף ענגליש. עס זענען שוין אַפֿילו פֿאַראַן עטלעכע אָנלײַן־זשורנאַלן געווידמעט דער בליץ־בעלעטריסטיק אויף ענגליש.
אין דער ייִדישער ליטעראַטור האָבן מיר אַן ענלעכן זשאַנער: די מיניאַטור — ווי מע זעט, למשל, בײַם בעסאַראַביש־ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן. אַ מיניאַטור איז אַ פּראָזעטעקסט אָן אַ שטרענגער סטרוקטור פֿון אַ סיפּור־המעשׂה וואָס לאָזט בדרך־כּלל אַרויס די גאַנצקייט פֿון אַ נאַראַטיוו (אַן אָנהייב, אַ מיטן און אַ סוף).
נאָכן באַקענען זיך מיטן קורצן, קאָמפּאַקטן זשאַנער אין אַנדערע שפּראַכן, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז עס וואָלט געווען פּראָדוקטיוו אים אײַנצופֿירן אין ייִדיש און דערבײַ באַרײַכערן די ייִדישע ליטעראַטור, און מאַכן זי רעלעוואַנט פֿאַר אַן אומגעדולדיקער תּקופֿה, וואָס לויפֿט אין אַן אוממעגלעך גיכן טעמפּ.
דעריבער האָב איך אָנגעפֿירט מיט אַ שרײַבוואַרשטאַט פֿון מיקראָ־דערציילונגען בעת דעם צווייטן „ייִדיש־מאַראַטאָן‟ אין סוניאָן, גריכנלאַנד וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 29סטן דעצעמבער 2019 ביזן 3טן יאַנואַר 2020 און איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן פּאַריזער ייִדיש־צענטער און Other Music e. V.
בײַם אָנהייב פֿונעם וואַרשטאַט האָב איך דערקלערט אַ ביסל וועגן דעם זשאַנער, ניצנדיק דוגמאָות ווי, למשל, אַ שיינע, עניגמאַטישע מיקראָ־דערציילונג פֿון דער ישׂראלדיקער שרײַבערין סיוואַן שיקנאַדזשי, וואָס איך האָב איבערגעזעצט פֿון העברעיִש:
רעהאַביליטאַציע
מענטשן וואָס זאָגן, אַז ס’איז גאָר ניטאָ קיין אַנדערע אוניווערסן זענען קיין מאָל ניט געווען אין דעם מוח־אַטאַק־אָפּטייל. מע האַלט דאָרטן אַן אַלטע ייִדענע. איין מאָל איז איר טאָכטער אַהיים געקומען און האָט זי ניט געקענט געפֿינען. איצט ליגט איר גוף אין בעט און זי רעדט ניט. ווען מע רעדט צו איר, שטעלן זיך איר טרערן אין די אויגן. אַזוי זעט מען, אַז זי ראַנגלט זיך צוריקצוקומען אין אונדזער אוניווערס. לעבן איר ליגט אַן אַראַבישע פֿרוי פֿון ראַהאַט. שוין יאָרן איז זי מער ניטאָ. אין אונדזער אוניווערס האָט איר מאַן נאָך אַ מאָל חתונה געהאַט. אין עק צימער ליגט אַ געווינדלטער גוף פֿון אַ מאַמען. בײַ איר אויפֿן דיל זיצט דער זון פֿון אָט דעם גוף. ער איז פֿופֿצן יאָר אַלט און גיט זיך ניט אונטער. ער רירט זי אָן, מאַסאַזשירט זי, גיט איר עסן, דעקט זי אײַן. זי וועט אַ מאָל נאָך צוריקקומען צו אים. ער איז זיכער.
(פֿון איר בוך „88‟, וואָס באַשטייט פֿון טעקסטן וואָס אַלע האָבן זיי גענוי 88 ווערטער. דאָס בוך איז אַרויס אין 2019 בײַם פֿאַרלאַג „לאָקוס‟.
דערנאָך האָב איך געגעבן די אָנטיילנעמערס צוויי קורצע געניטונגען כּדי זיי זאָלן אַליין עקספּערימענטירן מיטן זשאַנער. איין געניטונג איז געווען צו שרײַבן אַ מיקראָ־דערציילונג פֿון, צום מערסטן, הונדערט ווערטער, ניצנדיק זאַצן וואָס איך האָב געפֿונען בײַ פֿאָרווערטס־אַרטיקלען. יעדער אָנטיילנעמער האָט געדאַרפֿט אויסקלײַבן איין זאַץ פֿון די צוויי, און במשך פֿון 15 מינוט אָנשרײַבן אַ סיפּור־המעשׂה:
1. דער געוועזענער הויפּט־אינזשעניר פֿון דער פֿירמע וואָס האָט געשאַפֿן די ראָבאָטין, האָט באַמערקט, אַז זי פֿאַרמאָגט נישט קיין עכטן שׂכל — פֿון יואל מאַטוועיעווס אַרטיקל, „סאָפֿיִע – ווײַט נישט קיין טערמינאַטאָר‟.
- פֿופֿציק יאָר זייַנען שױן אַריבער, און ער הערט נישט אױף צו קומען צו מיר אין חלום — פֿון בינעם העלערס זכרונות, וואָס ווערן ציטירט אין בעני מערס אַרטיקל, „פּאָעט בינעם העלערס זכרונות, אַנטדעקט אין אַ בוידעם‟.
יעדן זאַץ קען מען אַוודאי אַנאַליזירן ווי אַ סיפּור־המעשׂה פֿאַר זיך, און יעדער פֿון זיי האָט סטימולירט די באַטייליקטע אויסצוקלײַבן אַ נאַראַטיוון קוקווינקל און שרײַבן זייער אייגענע שאַפֿונג אויפֿן סמך פֿון דעם זאַץ. אָט זענען עטלעכע טעקסטן וואָס די באַטייליקטע האָבן אָנגעשריבן אין וואַרשטאַט:
1) לבֿנה מזרחי, אינספּירירט דורך דעם צווייטן זאַץ, האָט געכאַפּט דעם עניגמאַטישן כאַראַקטער פֿונעם זשאַנער, לאָזנדיק דעם לייענער אַ סך נאַראַטיווע שפּאַרונעס:
די פּיעסע האָב איך געזען אין טעאַטער אין מייַנע ייִנגסטע קינדעריאָרן. די דערצײלונג װעגן אַ פּאָרפֿאָלק, וואָס איז געפֿאָרן װייַט אין מידבר און קײן מאָל נישט צוריקגעקומען אין דער הײמשטאָט, האָב איך דעמאָלט אין גאַנצן נישט פֿאַרשטאַנען.
װער איז געװען דער מאַן?
זייַן געשטאַלט געדענק איך נישט.
פֿופֿציק יאָר זייַנען שױן אַריבער, און ער הערט נישט אױף צו קומען צו מיר אין חלום.
אפֿשר צוליב דעם איז מייַן זון געװאָרן אַ מאָלער?
2) יאַנינאַ וווּרבס האָט אויסגעפֿאָרשט דער ראָבאָטינס באַוווּסטזײַן לויט דעם ערשטן זאַץ:
די ראָבאָטין איז פּלוצעם געוואָרן מיד. דאָס שאַפֿן האָט זי שטאַרק אויסגעמוטשעט. אויך דאָס, וואָס מע האָט גערעדט וועגן איר, די אַלע דיסקוסיעס אין טעלעוויזיע און אויף דער ראַדיאָ – אַלץ האָט זי פּשוט אויסגעמאַטערט. בפֿרט, ווען זי האָט געלייענט אין דער צײַטונג דעם־אָ זאַץ, וואָס איר אייגענער טאַטע האָט געזאָגט וועגן איר: „דער געוועזענער הויפּט־אינזשעניר פֿון דער פֿירמע וואָס האָט געשאַפֿן די ראָבאָטין, האָט באַמערקט, אַז זי פֿאַרמאָגט נישט קיין עכטן שׂכל.‟ – וואָס זשע מיינט עס „עכט‟?
זי וועט אַלעמען ווײַזן, וואָס עס קען טאָן אַ ראָבאָטין מיט אַ נישט־עכטן שׂכל!
3) יאַנקל־פּרץ בלום האָט זיך געשפּילט מיטן דערציילערישן קוקווינקל און קאָמבינירט די צוויי אָנגעגעבענע זאַצן אויף אַ קונציקן אופֿן:
דער געװעזענער הויפּט־אינזשעניר פֿון דער פֿירמע װאָס האָט געשאַפֿן די ראָבאָטין, האָט באַמערקט אַז זי פֿאַרמאָגט נישט קײן עכטן שׂכל. דעמאָלט בין איך נאָך געװען אַ יונגע פֿרוי און געאַרבעט װי זײַן געהילף. ער האָט די ראָבאָטין געהאַט אויפֿגעצויגן פֿון סאַמע אָנהײב, אָבער די פֿירמע האָט זי געװאָלט פֿאַרקויפֿן דער מלוכה פֿאַר אַ װאָפֿן. האָט ער באַשלאָסן מיט איר צו אַנטלויפֿן. „קום מיט מיט מיר,‟ האָט ער זיך בײַ איר געבעטן.
„נאָר װוּהין?‟ האָט זי געפֿרעגט.
„שיס מיך אויב איך װײס,‟ האָט ער געענטפֿערט. כ׳װעל קײן מאָל נישט פֿאַרגעסן זײַנע גרויסע אויגן, װען זי האָט אָנגעשטעלט אויף אים אירע מאַשין־ביקס־הענט און אים אַװעקגעלײגט אין אײן זאַלפּ. פֿופֿציק יאָר זײַנען שוין אַריבער, און ער הערט נישט אויף צו קומען צו מיר אין חלום.
שטעלט זיך נאָר פֿאָר, וואָסערע ייִדישע שאַפֿונגען אינעם פֿאַרכאַפּנדיקן, פֿרישן זשאַנער קען מען נאָך אָנשרײַבן — און מיט אַ באַזונדערן ייִדישן טעם דערצו — אַז מע האָט מער ווי 15 מינוט דאָס צו טאָן!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO