קאָנצערט, „ייִדישע פּראַכט‟, קומט קיין ניו־יאָרק“Yiddish Glory” concert coming to New York
אַ ציגײַנער קאַפּעליע וועט אויפֿפֿירן אַ ריי לעצטנס אַנטדעקטע ייִדישע לידער אָנגעשריבן פֿון ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דער קאָנצערט „ייִדישע פּראַכט: פֿאַרלוירענע לידער וועגן לעבן און גורל‟, באַזירט אויף אַן אַלבאָם וואָס איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „גרעמי‟ און וואָס האָט געוווּנען אַ מלוכישע פּרעמיע אין רוסלאַנד, וועט צום ערשטן מאָל אויפֿגעפֿירט ווערן אין מאַנהעטן.
ביז איצט האָט מען שוין געשפּילט דעם קאָנצערט אין קאַנאַדע, ישׂראל, פֿראַנקרײַך, עסטרײַך, דענמאַרק און רוסלאַנד.
דער אַלבאָם לעבט אויף צענדליקער פֿאַרגעסענע קאַמפֿלידער, וואָס ייִדן האָבן אָנגעשריבן און געזונגען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ביז איצט איז דער הויפּטזינגער פּסאָי קאָרעלענקאָ אויפֿגעטראָטן מיט אַ קאַפּעליע פֿון קאַנאַדער, רוסישע און ווײַסרוסישע מוזיקער אָבער דאָס מאָל וועט אים באַגלייטן די באַרימטע ציגײַנערישע קאַפּעליע פֿון רוסלאַנד — „לויקאָ‟.
צווישן די לידער וועט ד׳׳ר אַנאַ שטערנשיס פֿון טאָראָנטער אוניווערסיטעט, וואָס האָט אַנטדעקט די לידער אין אַ לאַנג־פֿאַרלוירן־געגאַנגענעם אַרכיוו, איבערגעבן דעם קאָנטעקסט פֿון די לידער. אַלץ וועט באַגלייט ווערן פֿון ענגלישע, ייִדישע און רוסישע אונטערקעפּלעך.
די פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟, וועט מען קענען זען צוויי מאָל: מאָנטיק, דעם 30סטן מאַרץ און דינסטיק, דעם 31סטן מאַרץ, 7 אַ זייגער אין אָוונט. בילעטן זענען 30$ פֿאַר מיטגלידער פֿונעם מוזיי און 35$ פֿאַרן ברייטן עולם
אַחוץ דעם קאָנצערט בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ וועט דער אַנסאַמבל גאַסטראָלירן איבער צפֿון־אַמעריקע. נאָך מער אינפֿאָרמאַציע קוועטשט דאָ.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO