Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ מאָרד ווי אַן ענטפֿער אויף שלוםMurder In Return For Peace

דער מאָרד פֿון אַ שלום־אַקטיוויסט אין ישׂראל אין 1982 באַטאָנט די רעלעוואַנץ פֿון דער הײַנטיקער פּרשה.

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן ענין פֿון ייִדישע און נישט־ייִדישע שקלאַפֿן בײַ ייִדן. דערנאָך לייענען מיר, אַז אַ מערדער און פֿאַרכאַפּער פֿאַרדינען אַ טויטשטראָף.

בסך־הכּל, ציילט דער רמב״ן איבער 53 מיצוות אין אונדזער סדרה; זעלטן טרעפֿן זיך אַזוי פֿיל געטלעכע אָנזאָגן אין אַנדערע פּרשיות. פֿאָלגנדיק די חז״ל, באַטאָנען די מפֿרשים, אַז די הײַנטיקע פּרשה שטעלט דעם טראָפּ אויף די מישפּטים – ראַציאָנעלע געזעצן, וואָס לייגן זיך אויפֿן מענטשלעכן שׂכל, אין פֿאַרגלײַך מיט די חוקים – אַזעלכע ריין גײַסטיקע ענינים, ווי ציצית אָדער תּפֿילין.

ס׳איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך, אַז ווען עמעצער צעשטערט דאָס פֿאַרמעגן פֿון אַ צווייטן, דאַרף דער שולדיקער אויסצאָלן אַ קאָמפּענסאַציע; אַז מע טאָר נישט גנבֿענען און באַשווינדלען; אַז אַ דיין טאָר נישט נעמען קיין שוחד; אַז מע דאַרף זיך זאָרגן וועגן אָרעמע־לײַט. פֿאַרוואָס הייבט זיך אָבער אונדזער פּרשה נישט אָן מיט מער אַקטועלע פֿראַגעס, נאָר דווקא מיט שקלאַפֿערײַ און מערדערײַ?

די מפֿרשים לייגן פֿאָר עטלעכע תּירוצים אויף דער דאָזיקער קשיא. קודם־כּל, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז אין דער צײַט, ווען די תּורה איז אַנטפּלעקט געוואָרן, איז שקלאַפֿערײַ געווען גאַנץ אָנגענומען אין דער וועלט, און די פֿירער האָבן געמעגט דערהרגענען אַ מענטש, בפֿרט אַ שקלאַף, סתּם כּדי צו וואַרפֿן אַ פּחד אויף דעם פֿאָלק. הגם די תּורה פֿאַרווערט נישט שקלאַפֿערײַ אין גאַנצן, איז דער געדאַנק, אַז אַ שקלאַף איז אויך אַ מענטש מיט אייגענע רעכט, באַטראַכט געוואָרן אין יענער תּקופֿה ווי אַ פּראָגרעסיווער און אַפֿילו ראַדיקאַלער חידוש.

אײַ, ווייסן מיר דאָך, אַז אַלע מיצוות אין דער תּורה בלײַבן אייביק וויכטיק. אויף דעם ענטפֿערן פֿאַרשיידענע מיסטישע און פֿילאָסאָפֿישע מפֿרשים, אַז אין יעדער מיצווה שטעקט אַ טיפֿער גײַסטיקער באַדײַט. מיר דאַרפֿן וויסן, ווי אַזוי צו פֿאַרשקלאַפֿן און ריכטיק באַהאַנדלען אונדזער אייגענעם יצר־הרע, אָפּצומעקן בײַ זיך סכּנותדיק שלעכטע תּאוות. אַזוי אַרום, וואָס בעסער ס׳ווערט די געזעלשאַפֿט, אַלץ מער ווערט אין די משפּטים אַנטפּלעקט דער אַספּעקט פֿון חוקים, דער אינערלעכער גײַסטיקער תּוכן.

צום באַדויערן, בלײַבן די איסורים פֿון אַזעלכע גראָבע עבֿירות, ווי מאָרד און אַכזריותדיקע באַהאַנדלונג פֿון שקלאַפֿן, גאַנץ אַקטועל אַפֿילו אין דער הײַנטיקער מערבֿדיקער וועלט. אַ בעל־הבית קאָן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים מוטשען דעם אַרבעטער, געוויסע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג קאָנען לײַדן פֿון דיסקרימינאַציע. על־פּי געזעץ איז שקלאַפֿערײַ שוין לאַנג בטל געוואָרן, נאָר למעשׂה זענען אַ סך מענטשן אין אַ נעבעכדיקן מצבֿ, וואָס שיידט זיך כּמעט נישט אונטער פֿון די אַמאָליקע קנעכט. אַ מלוכה קאָן צוליב צווייפֿלהאַפֿטיקע סיבות באַשליסן, אַז ס׳איז באַרעכטיקט אָנצוהייבן אַ מלחמה; פּאָליציאַנטן דערשיסן צומאָל אַן אומשולדיקן מענטש, מיינענדיק על־פּי טעות, אַז ער איז אַ מסוכּנער פֿאַרברעכער.

עס טרעפֿן זיך, צום באַדויערן, נאָך ערגערע פֿאַלן. דער הײַנטיקער שבת אָדער מוצאי־שבת איז די טרויעריקע דאַטע – כ״ז אָדער כ״ח שבֿט – ווען אין ירושלים, אינעם יאָר 1982, איז דערהרגעט געוואָרן עמיל גרינצווײַג, אַ באַקאַנטער אַקטיוויסט פֿון דער באַוועגונג „שלום עכשיו‟. דער מערדער, אַן עקסטרעם־רעכטער פֿרומער ייִד מיטן נאָמען יונה אַברושמי, האָט געוואָרפֿן אַ גראַנאַט אויף די באַטייליקטע אין אַ פֿרידלעכע דעמאָנסטראַציע. בעת דעם אויפֿרײַס זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן נײַן דעמאָנסטראַנטן, אַרײַנגערעכנט דעם באַקאַנטן שלום־טוער אַבֿרהם בורג.

אַברושמי האָט באַקומען אַ לעבנס־לאַנגן תּפֿיסה־טערמין; צוליב זײַן גוטער אויפֿפֿירונג און כּסדרדיקע חרטה־רייד איז ער באַפֿרײַט געוואָרן אין 2011, נאָכן אָפּזיצן 27 יאָר. איז וואָס זשע? נאָכן באַפֿרײַט ווערן, האָט ער מיט שטאָלץ געמאָלדן, אַז צוליב זײַן גוואַלדטאַט איז אין ארץ־ישׂראל „פֿאַרשוווּנדן געוואָרן‟ די לינקע באַוועגונג.

באַקומט זיך אַ שוידערלעכער פּאַראַדאָקס. גרינצווײַג, אַן אידעאַליסטישער ייִד, געבוירן אין רומעניע אין 1947, גלײַך נאָכן חורבן, האָט ערנסט געגלייבט, אַז ער קעמפֿט קעגן פֿאַרשקלאַפֿונג פֿון די אָקופּירטע פּאַלעסטינער. דהײַנו, לויט זײַן דעה האָט ער מקיים געווען די פּרינציפּן פֿון אונדזער פּרשה. זײַן מערדער, וועלכער האַלט זיך נאָך אַלץ פֿאַר אַ פֿרומען ייִד, האָט צוליב דעם באַשלאָסן צו באַגיין די גרעסטע עבֿירה און דערמאָרדעט דעם אַקטיוויסט. ווײַזט אויס, אַז אַחוץ מיסטישע און פֿילאָסאָפֿישע פּירושים איז כּדאַי צו באַטראַכטן די הײַנטיקע סדרה ווידער און ווידער אין אַ גאַנץ בוכשטעבלעכן זין.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version