Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

באַטראַכט מיט אַכטונג וואָס איר לייענט!Think Carefully About What You Read!

צי זיי זענען עקלדיק צי סתּם פֿאַרקריפּלט, פֿאַרשאַפֿן די פֿאַלשע נײַעס אַ גרויסן קאָפּווייטיק.

נישט לאַנג צוריק האָב איך געמוזט אויסשליסן איינעם אַ ירושלימער פֿרומען ייִד פֿון מײַן „פֿייסבוק‟־ליסטע צוליב זײַנע עקסטרעם רעכטע און צינישע אַרויסזאָגונגען וועגן די פּאַלעסטינער, מוסולמענישע אימיגראַנטן אין אייראָפּע און שטיצער פֿון זייערע רעכט. דער שמועס האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ טרויעריקער מעשׂה וועגן אַ יונג מיידל אין פֿינלאַנד, וועלכע האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ פּאַלעסטינער און געלעבט מיט אים צוזאַמען; יענער האָט איר אָפּגעהאַקט דעם קאָפּ און זיך גענומען דאָס לעבן. דער רעכטער קאָמענטאַטאָר האָט, אַחוץ אַנדערע גיפֿטיקע אויסדרוקן, באַמערקט, אַז דאָס מיידל האָט אַליין פֿאַרדינט אַזאַ סוף פֿאַרן שלאָפֿן מיטן שׂונא.

די מעשׂה איז פֿאָרט אַ טרויעריקע און כ׳האָב געוואָלט מער וויסן וועגן דעם שוידערלעכן פֿאַרברעכן. במשך פֿון פֿינף מינוט האָב איך באַשטעטיקט, אַז ס׳איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה, וואָס שטאַמט פֿון נעאָ־נאַציסטישע און קאָנספּיראָלאָגישע בלאָגן. אין קיין איינציקן נײַעס־קוואַל אין פֿינלאַנד, שוין אָפּגערעדט פֿון אַנדערע לענדער, איז נישטאָ וועגן דעם קיין וואָרט. בײַם אָנהייב, ווען די מעשׂה האָט זיך אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן, האָבן אַ צאָל ערנסטע וועבזײַטן זי איבערגעחזרט, אָבער גיך אויסגעמעקט די פֿאַלשע ידיעה. דעם פֿאַנטאַזיע־נאָמען פֿון דער „געקעפּטער‟ איז אַפֿילו נישט כּדאַי צו דערמאָנען.

נישט זעלטן זענען אין די פֿאַלשע אָדער אומפּינקטלעכע נײַעס שולדיק ערלעכע זשורנאַליסטן, וואָס קאָנטראָלירן די הויפּט־פּרטים, אָבער זענען זיך נישט מטריח זיי צו באַטראַכטן ווי געהעריק. למשל, אַ ריי באַקאַנטע אינפֿאָרמאַציע־קוואַלן, אַרײַנגערעכנט „דיילי ניוז‟, ייִט״אַ, „דזשויִש וויק‟, „אַלגעמיינער זשורנאַל‟ און NBC, האָבן מיט אַ האַלב יאָר צוריק איבערגעגעבן, אַז אַ געוויסער איראַניש־שטאַמיקער חסיד מיטן נאָמען מאָרטעזאַ דזשאַוואַדי האָט אָנגעקלאָגט „מאַק׳דאָנאַלדס‟ צוליב דעם, וואָס די פֿירמע האָט זיך אָפּגעזאָגט צו געבן אים אַן אַרבעט, ווײַל ער טראָגט אַ באָרד.

וואַרט אַ רגע! – האָבן זיך דעמאָלט געכאַפּט אַ צאָל קאָמענטאַטאָרן, וואָס ווייסן אַ טאָלק אינעם חסידישן לעבן. אַ חסיד וויל אַרבעטן אין אַ טרייפֿענעם רעסטאָראַן און דרשנט אויף זײַן וועבזײַט וועגן יעזוס? די ליובאַוויטשער וועבזײַט CrownHeights.info האָט עס פּשוט באַצייכט ווי FakeNews און געטענהט, אַז דזשאַוואַדי מוז זײַן אַ קריסטלעכער מיסיאָנער.

ווער איז גערעכט אין דעם פֿאַל? ס׳זעט אויס, אַז די קריטיקער זענען נישט באַקאַנט מיט די הײַנטיקע נעאָ־חסידישע באַוועגונגען. יענער ייִד, וואָס פּרוּווט אָנקלאָגן דעם רעסטאָראַן, פֿאַרשפּרייט אויפֿן יוטוב די באַקאַנטע מאַנטרע „נ־נח־נחם־נחמן־מאומאן‟ און האַלט זיך פֿאַר אַ בראַצלעווער חסיד. ס’רובֿ טראַדיציאָנעלע בראַצעלעווער באַטראַכטן די „נ־נחניקעס‟ ווי אַ ווילדע חבֿרה; אויף דער אינטערנעץ קאָן מען אויך טרעפֿן ווידעאָס, ווי זיי רייכערן מאַריכואַנע שבת בײַטאָג; לויט זייער דעה איז עס די גרעסטע מיצווה. אַ טייל פֿון זיי פּריידיקן פֿרײַע ליבע און מישן אויס אַלע רעליגיעס אויף דער וועלט. ס׳איז קלאָר, אַז דזשאַוואַדי איז נישט קיין מיסיאָנער, נאָר אַ נעאָ־חסיד פֿון אַזאַ נוסח. יעזוס איז געווען, לויט אים, אַ חתונה געהאַטער; ווי אַזוי קאָן אַ מאַן זיך באַגיין אָן אַ פֿרוי? דאָס איז זיכער נישט קיין קריסטלעכער געדאַנק. וועגן מוכאַמאַד און איסלאַם דרשנט דזשאַוואַדי אויך. אַן אַנדער רעדע, באַטיטלט „געשיכטע פֿון מאַריכואַנע‟, האָט ער אָפּגעמעקט פֿונעם יוטוב. עס באַקומט זיך, אַז די פֿאַלשקייט פֿון די נײַעס באַשטייט דאָ אינעם גרויסן חילוק צווישן אַ טראַדיציאָנעלן חסיד און נעאָ־חסידישן היפּי צי אַ „ניו־איידזשער‟.

לויט סטאַטיסטישע פֿאָרשונגען פֿון 2018 האַלטן 72% אַמעריקאַנער, אַז אַפֿילו גוט באַקאַנטע טראַדיציאָנעלע נײַעסקוואַלן גיבן פֿון צײַט צו צײַט איבער — און צומאָל בכּיוון — אויסגעטראַכטע אָדער פֿאַלש רעפּרעזענטירטע ידיעות. די פֿאַלשע נײַעס פֿאַרשאַרפֿן די סענסיטיווקייט און אויפֿמערק פֿונעם לייענער צו סתּירות אין דער אינפֿאָרמאַציע. אין דער זעלבער צײַט, זענען זיי געוואָרן אַן ערנסטע צרה סײַ פֿאַר די זשורנאַליסטן, סײַ פֿאַרן ברייטן עולם, וואָס הייבט אָן צו גלייבן אין אַפּאָקאַליפּטיש איבערגעטריבענע מעשׂיות וועגן דעם כינעזישן קאָראָנאַווירוס, געפֿעלשטע אַרגומענטן קעגן וואַקצינאַציע וכּדומה. אינטערנעץ־אויסטראַכטענישן האָבן שוין ממשותדיק געווירקט אויף די וואַלן אין עטלעכע לענדער און זענען גורם אַ גרויסן היזק די ערנסטע אינפֿאָרמאַציע־אַגענטורן. דער „גוגל‟ האָט צוגעזאָגט אַרײַנצולייגן 300 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו פֿאַרמינערן זייער השפּעה. בקיצור: באַטראַכט גוט, וואָס איר לייענט!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.