Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

האָבן ייִדישע זומער־לאַגערן מקיים געווען די צילן פֿון די גרינדער?Did Yiddish summer camps realize their founders’ goals?

די קינדער־קאָלאָניעס „בױבעריק‟ און „המשך‟ האָבן געפּרוּװט צו נוצן ייִדיש װי אַ קולטורבריק צװישן מיזרח־אײראָפּע און אַמעריקע.

זומער־לאַגערן פֿאַר קינדער דינען װי אַ װיכטיקער פּעדאַגאָגישער מיטל צו פֿאַרפֿעסטיקן אַ געװיסן מין רעליגיעזע אָדער פּאָליטישע אידענטיטעט. מען שאַפֿט דאָ אַ ספּעציעלע סבֿיבֿה מיט אַקטיװיטעטן, װאָס באַטאָנט די יסודות פֿון דער דאָזיקער אידענטיטעט.

אין פּױלן פֿאַרן חורבן זײַנען ייִדישע קינדער־קאָלאָניעס געװען פּאָפּולער בײַ די לינק־געשטימטע פּאַרטײען און באַװעגונגען. די פּאָליטישע אַקטיװיסטן פֿון „בונד‟ און „פּועלי־ציון‟ האָבן אַריבערגעבראַכט די דאָזיקע דערפֿאַרונג מעבֿר־לים קײן אַמעריקע. זײ האָבן געהאָפֿט, אַז אױף אַזאַ אופֿן װעלן זײ קענען אױפֿהאָדעװען אַ נײַעם דור אַקטיװיסטן, װאָס װעלן ממשיך זײַן זײער פּאָליטישע אידעאָלאָגיע. אין די 1920ער און 1930ער זײַנען אין צפֿון־אַמעריקע אַנטשטאַנען צענדליקער קינדער־לאַגערן פֿון פֿאַרשידענע פּאָליטישע שאַטירונגען: פּועלי־ציוניסטישע, סאָציאַליסטישע און קאָמוניסטישע. ייִדיש איז דעמאָלט בײַ אַ סך קינדער נאָך געװען אַ נאַטירלעכע שפּראַך, װאָס זיי האָבן געקענט פֿון דער הײם.

װי װײַט האָבן די קינדער־קאָלאָניעס טאַקע מצליח געװען בײַם מקיים זײַן זײער שליחות? אין איר אַרטיקל, „לאַבאָראַטאָריעס פֿון ייִדישקייט: ווי האָבן די נאָך־מלחמהדיקע ייִדישע זומער־לאַגערן איבערגעמאַכט דעם ייִדישיזם?‟ וואָס איז לעצטנס פּובליקירט געוואָרן אינעם אַקאַדעמישן זשורנאַל American Jewish History, באַטראַכט די היסטאָריקערין סאַנדראַ (סאָסיע) פֿאָקס צװײ בײַשפּילן, װאָסער ציל איז געװען צו דערציִען אַ דור װעלטלעכע ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין אַמעריקע: די קינער־קאָלאָניעס „קעמפּ בױבעריק‟ און „קעמפּ המשך‟.

„בױבעריק‟ און „המשך‟ האָבן ניט פֿאַרװירקלעכט דעם חלום פֿון זײערע לערער, אָבער זײ זײַנען דאָך געװען אַ װיכטיקער אױפֿטו און האָבן געמאַכט אַ בײַטראָג בײַם אָפּהיטן ייִדיש אין אַמעריקע. אַ װיכטיקער חילוק צװישן זײ איז געװען די צײַט. „בױבעריק‟ איז געשאַפֿן געװאָרן פֿאַרן חורבן װי אַ טײל פֿונעם בונדיסטישן קולטורעלן נעצװערק. לכתּחילה איז ייִדיש געװען אַ נאַטירלעכע בשותּפֿותדיקע שפּראַך צװישן קינדער און זײערע לערער. מיט דער צײַט איז דער קולטורעלער ריס צװישן די דורות אָבער געװאָרן אַלץ טיפֿער. דער אַלטער מיזרח־אײראָפּעיִשער מין לינק־געשטימטע װעלטלעכע ייִדישקײט, װאָס די לערער האָבן געװאָלט אַריבערפֿלאַנצן אױפֿן אַמעריקאַנער באָדן, האָט ניט געפֿונען קײן סך אָפּקלאַנג בײַ די קינדער, װאָס זײַנען אױפֿגעװאַקסן אין דער ליבעראַלער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.

נאָך 1936 האָט מען אין „בויבעריק‟, למשל, אָנגעהױבן צוגעבן געװיסע עלעמענטן פֿון רעליגיעזער טראַדיציע ווי, למשל, לכּבֿוד שבת, הגם קײן װאָרט װעגן גאָט האָט מען ניט דערמאָנט. לײבוש לערער, דער לאַנגיאָריקער אָנפֿירער פֿון „בױבעריק‟, האָט באַשלאָסן, אַז ייִדיש קען מער ניט דינען װי דער עיקרדיקער יסוד פֿון דערציִונג, װײַל די שפּראַך־קענטענישן פֿון די קינדער זײַנען געװאָרן אַלץ שװאַכער. די װעלטלעכע סאָציאַליסטישע שיטה האָט געדאַרפֿט געפֿינען אַן אײגענעם אָרט צװישן פֿאַרשידענע רעליגיעזע און ציוניסטישע באַװעגונגען, װאָס האָבן אַנטװיקלט זײערע אײגענע פּעדאַגאָגישע מעטאָדן. אַזױ װי אַ מאָל אין אײראָפּע, האָט ייִדיש װידער געדאַרפֿט קאָנקורירן מיט העברעיִש. דאָס מאָל האָט העברעיִש רעפּרעזענטירט די ציוניסטישע װיזיע פֿון דער ייִדישער צוקונפֿט אין ישׂראל, בעת ייִדיש איז געװאָרן דער סימבאָל פֿון דער אַלטער הײם.

ייִדיש האָט באַקומען אַ נײַעם אימפּולס נאָכן חורבן מיטן אָנקומען פֿון דער נײַער אימיגראַציע־כװאַליע פֿון דער שארית־הפּליטה. אין 1959 האָט מען געשאַפֿן דעם זומער־לאַגער „המשך‟. דאָ האָט דער קאַמף פֿאַר ייִדיש באַקומען אַ נײַעם קיום. ייִדיש איז געװאָרן אַ סימבאָל פֿונעם אױפֿקום פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער זכּרון פֿון חורבן האָט באַקומען אַ חשובֿן באַטײַט אין דער ייִדישיסטישער פּעדאַגאָגישער פּראָגראַם: מען האָט געפּראַװעט אַ ספּעציעלן „געטאָ־טאָג‟ אויפֿן אָרט פֿון תּשעה-באָבֿ. אָבער אױך דאָ האָט ייִדיש בהדרגה אָפּגעטראָטן זײַנע פּאָזיציעס לטובֿת ענגליש. מיט דער צײַט איז דער ניװאָ פֿון ייִדיש-קענטענישן בײַ די קעמפּערס און אויפֿפּאַסערס געװאָרן אַלץ שוואַכער, און דער אינטערעס צו גיין אין אַ ייִדיש־געשטימטן זומער־לאַגער אויך. אין 1978 האָט זיך „המשך‟ געשלאָסן און אין 1979 — „בויבעריק‟.

„בױבעריק‟ און „המשך‟ האָבן ניט פֿאַרװירקלעכט דעם חלום פֿון זײערע לערער, אָבער זײ זײַנען דאָך געװען אַ װיכטיקער אױפֿטו און האָבן געמאַכט אַ בײַטראָג בײַם אָפּהיטן ייִדיש אין אַמעריקע, פֿאַרסך־הכּלט פֿאָקס. זי דערקענט זײערע גילגולים אין געוויסע הײַנטיקע ייִדישיסטישע אַנשטאַלטן, אַזעלכע װי „ייִדיש־פֿאַרם‟, „טשאָלנט‟ און „ייִדיש־הױז‟. זי האַלט, אַז דער דערפֿאָלג פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע קינדער־קאָלאָניעס איז געװען דװקא אין דעם, װאָס זײ האָבן באַװיזן צוצופּאַסן זײער שליחות צו די נײַע באַדינגונגען פֿון אַמעריקע. זײ האָבן מיטגעהאָלפֿן אָפּהיטן דעם סימבאָלישן חשיבֿות פֿון ייִדיש פֿאַרן נײַעם דור אַמעריקאַנער ייִדן.

הײַנט ציט ייִדיש צו ביז גאָר פֿאַרשידענע מינים מענטשן אין פֿאַרשידענע לענדער, ייִדן און ניט־ייִדן. אַזאַ מין אָפֿנקײט איז אַ גרױסע מעלה פֿון דער הײַנטיקער ייִדיש־קולטור. דאָ קענען זיך טרעפֿן חסידים און ציוניסטן, ליבעראַלן און ראַדיקאַלע אַנאַרכיסטן, אַמעריקאַנער און פּאָליאַקן, דײַטשן און ישׂראלים. די ייִדישע קולטורעלע ירושה איז רײַך און ביז גאָר פֿאַרשידנאַרטיק, און קײנער האָט ניט קײן מאָנאָפּאָל איבער איר. יעדע שיטה פֿון ייִדיש־אַקטיװיטעט שאַפֿט אַן אײגנאַרטיקע הײמישע סבֿיבֿה, װאָס איז אַ װעלטעלע פֿאַר זיך. די געשיכטע פֿון „בױבעריק‟ און „המשך‟ איז אַ ניצלעכער היסטאָרישער בײַשפּיל פֿון דער בײגעװדיקײט פֿון דער ייִדיש־קול

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version