Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ראָמאַן: סאַברע חלומט אויפֿצוריכטן ייִדיש־וועלט אין פּוילןNovel: Sabra dreams of rebuilding Yiddish world in Poland

דער רעזשיסאָר מוטי אַבערבוך האָט געשריבן דאָס בוך נאָך זײַן אייגענעם באַשלוס זיך טיף צו פֿאַרבינדן מיט דער ייִדישער שפּראַך.

געוויינטלעך רעצענזיר איך ניט קיין ביכער. דאָס מאָל פֿיל איך, אַז ניט נאָר וועגן אַ בוך גיי איך דאָ שרײַבן, נאָר וועגן אַ ווייגעשריי פֿון אַ סאַברע, וואָס וווינט אין ישׂראל, נאָר האָט אין אַ געוויסן מאָמענט פֿון זײַן לעבן באַשלאָסן צו ווערן אַ ייִד וואָס פֿאַרבינדט זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך.

אינעם בוך, „קעצעלעך (קאָטקי)‟, אַ ראָמאַן געשריבן אויף העברעיִש פֿונעם רעזשיסאָר מוטי אַבערבוך, באַקענען מיר זיך מיט אַ ישׂראלדיקן בחור, בער, וואָס באַשליסט צו בויען זײַן לעבן אין פּוילן מיטן ציל אויפֿצולעבן דאָרט די גרויסע ייִדישע קולטור וועלכע איז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרטיליקט געוואָרן אינעם חורבן. פּיניע, זײַן זיידע, וואָס איז געווען אַ קינד אין וואַרשע בשעת דער מלחמה, קומט קיין פּוילן איבערצײַגן דעם אייניקל, ער זאָל זיך אומקערן קיין ישׂראל. אויפֿן הינטערגרונט פֿון אָט דעם צוזאַמענשטיוס דערוויסט מען זיך ווי אַזוי דער זיידע האָט דורכגעלעבט די מלחמה־יאָרן און זיך געראַטעוועט.

אַבערבוך האָט געזאָגט אַז ער האָט געאַרבעט אויף דעם בוך בערך פֿינף יאָר לאַנג. געפֿאָרשט יאָר אײַן יאָר אויס, פֿון גאַס צו גאַס, פֿון הויז צו הויז וועגן דעם לעבן אין וואַרשעווער געטאָ. ס’האָט זיך געלוינט.

מוטי אַבערבאַך

ווען כ’האָב געפֿרעגט אַבערבוך, וואָס האָט מיט יאָרן צוריק רעזשיסירט די פּיעסע „אַמעריקאַנער האָטעל‟ אין ייִדישפּיל־טעאַטער, ווי אַזוי איז עס געשען וואָס ער האָט זיך „מגייר‟ געווען צו ייִדיש, האָט ער געענטפֿערט אַז בשעת די פּראָבעס אויף דער פּיעסע, האָט די אינטימקייט מיט די אַקטיאָרן און דאָס באַהעפֿטן זיך מיט די וואַרעמע קלאַנגען פֿון מאַמע־לשון אַרויסגערופֿן בײַ אים דאָס געפֿיל אַז ער געהערט מער צו יענער אַמאָליקער ייִדישער וועלט, ווי צו דער הײַנטיקער וועלט פֿון די סאַברעס.

וועגן זײַן ביאָגראַפֿיע און דערציִונג דערציילט ער, אַז ער איז געווען אַ דורכשניטלעכער פּראָדוקט פֿון דער ציוניסטיש־סאָציאַליסטישער דערציִונג. בקיצור, עבֿרית, ארץ־ישׂראל, אַרמיידינסט און אַלע מיטאָסן פֿאַרבונדענע מיטן ווידערגעבורט פֿון מדינת־ישׂראל. און דערנאָך, פּלוצעם, זײַענדיק אויף די רעפּעטיציעס, איז בײַ אים פֿאָרגעקומען אָט דאָס עמאָציאָנעלע איבערקערעניש — זײַן ריס מיטן ציוניסטישן וועלטבאַנעם.

טשיקאַווע וואָס אין דעם ראָמאַן וואָס האָט געזאָלט זײַן אויף ייִדיש נאָר איז דערשינען אויף העברעיִש, שרײַבט דער מחבר אַלע נעמען דווקא מיט דעם ייִדיש־פֿאָנעטישן אויסלייג. ניט נאָר נעמען, נאָר אַ לאַנגע שורה פֿון אינסטיטוציעס, באַגריפֿן און שליסלווערטער ווערן געשריבן ממש אויף ייִדיש. צום בײַשפּיל, אין אַ העברעיִשן קאָנטעקסט, פֿאַרשטענדלעך, שרײַבט אַבערבוך „הדאָיִקייט והעוואַקוּאַציע‟ (די אַרטיקלען און פֿאַרבינדונג־וואָרט בלײַבן אויף העברעיִש). אַזעלכע בײַשפּילן זענען פֿאַראַן לענגאויס ס’גאַנצע בוך. כ’גיב נאָך אייניקע פֿון זיי. לפני שנכנסו הגערמאַנים, איידער ס’זענען די דײַטשן אַרײַן, וואָלט אויף העברעיִש געזאָלט זײַן לפני שנכנסו הגרמנים. ס’הייסט העברעיִשע ווערטער ווערן אין אַ צאָל פֿאַלן געשריבן מיט אַלע וואָקאַלן ווי ס’וואָלט געווען אַ ייִדישער אויסלייג. אין אַ געוויסן זינען פֿירט אַבערבוך אַ סאָרט ייִדיש־אינוואַזיע אָדער אַרײַנדרינגונג אין דער העברעיִשער טעריטאָריע און דאָס טראָגט אַ בפֿירושן פּראָטעסט־כאַראַקטער, קעגן די אַלע העברעיִסטן וואָס האָבן פֿאַרגוואַלדיקט דעם ייִדיש־לשון.

אַגבֿ, זיי, די העברעיִסטן, בעיקר די געבילדעטע זשורנאַליסטן צווישן זיי, האָבן נאָך הײַנטצוטאָג א סאַדיסטישן תּענוג זיך צו איזדיעקעווען קעגן אונדזער שפּראַך דורכן פֿאַרקריפּלען אָפֿט זייער אָרטאָגראַפֿיע. אין דער העברעיִשער פּרעסע פילט מען, אַז ייִדיש קאָן יעדער איינער שרײַבן הפֿקר־פּעטרישקע, ווי עס פֿאַרגלוסט זיך אים. אַנטקעגן דעם קומט אונדזער מוטי אַבערבוך און שרײַבט אינטערנאַציאָנאַליזמען אויף העברעיִש — דווקא מיט אַ ייִדישן אויסלייג. ער האָט אַ רעכט און אַ טעם דאָס צו טאָן.

אין דער ציוניסטיש־חלוצישער מיטאָלאָגיע האָט מען תּמיד גערעדט וועגן „מרד הבן‟, דעם ווידערשטאַנד פֿונעם זון, ס’הייסט דער יונגערמאַן וואָס פֿאַרלאָזט זײַן בורזשואַזער היים, זײַן סבֿיבֿה, אוניווערסיטעט און אַלע באַקוועמלעכקייטן כּדי צו ווערן אַ חלוץ אין ישׂראל. בויט אַבערבוך זײַן סיפּור־המעשׂה אויפֿן קאַפּויערדיקן געדאַנק אַז בער, ס’אייניקל פונעם זיידע פּיניע, רעוואָלטירט קעגן זײַן סאַברישן פֿאָטער, פֿאַרלאָזט זײַן היים אין ישׂראל און פּעקלט זיך אַריבער קיין וואַרשע, כּדי דאָרט צו רעדן ייִדיש און בויען אַ המשך צום לעבן וואָס איז אַ מאָל געווען. דעם אייניקלס ווידערשטאַנד איז אַ פּאַטש אין פּנים דעם זיידן, וועלכער האָט בשעתו אָפּגעוואָרפֿן אַלץ פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן לעבן אין פֿאַר־מלחמהדיקן פּוילן און אַוועק בויען אַ נײַע מדינה. די באשרײַבונגען פֿונעם זיידן זענען אויך אַ שווערע באַשולדיקונג כּלפּי די ייִדן אין געטאָ און די הפֿקרדיקע באַציִונג פֿון די ציוניסטישע כּלל־טוער צו די פֿאַרלאָזטע, אומגליקלעכע קינדער.

אַרויסגעגעבן אין אַ גאָר באַגרענצטער צאָל עקזעמפּלאַרן דורכן מחברס פֿאַרלאַג „מענטשעלע‟, קאָן מען דאָס בוך, געשריבן אויף אַן אויסגעצייכנטן העברעיִש, ניט געפֿינען אין די ביכערקראָמען. ער אַליין, דער מחבר, פֿאַרשפּרייט עס פֿון האַנט צו האַנט, און דער איינציקער אופֿן ווי מע קען דאָס בוך באַשטעלן איז דורכן שרײַבן אים אויף דעם אַדרעס: mottyawerbuch@gmail.com

כ’וואָלט געזאָגט, אַז עס הערשט בײַ אַבערבוכן אַ געוויסע מורא דאָס בוך זאָל ניט עמעצן באַליידיקן ווייל זײַן שאַפֿונג צעשמעטערט דעם ציוניסטישן מיטאָס. ער, פּערזענלעך, איז אַ פּנים ניט גרייט אָנטיילצונעמען אין געזעלשאַפֿטלעכע קאָנטראָווערסיעס. איז ער דערפֿאַר שטאַרק פֿאָרזיכטיק. ווייסן ווייסט ער ווי טײַער עס איז די מדינה פֿאַר אונדז אַלעמען, און בעיקר פֿאַר די געראַטעוועטע פֿון חורבן, וואָס האָבן דאָ, אין ארץ־ישׂראל, געפֿונען אַן אויסגעבענקטן מקום־מקלט.

פֿילט זיך דער מחבר צעריסן צווישן צוויי וועלטן. אַ ליטעראַרישע שאַפֿונג איז ניט קיין לעבנספּלאַן. אין דעם פֿאַל איז עס אַ ווייגעשריי פֿון טיפֿן האַרצן. לויט מײַן מיינונג, איז פֿאַר אַ סך ישׂראלים און אויך ניט־ישׂראלים געזונט צו לייענען אַזאַ שאָקירנדיק בוך. נאָך מער, מ’דאַרף עס איבערזעצן אויף ענגליש, פּויליש און אַנדערע שפּראַכן, כּדי אַ ברייטער עולם זאָל פֿאַרשטיין אַ ניט־פּשוטן פֿאַקט: אַז דאָ, אין ישׂראל, זענען אונטערגעוואַקסן דורות וועלכע באַטרעפֿן די באַנײַונג פֿון דער יונגער מדינה, נאָר זיי זענען אומברחמנותדיק אויסגעוואָרצלט געוואָרן פון זייער רוחניותדיקער היים. אין דעם זין איז עס אַ שווער, פּראָוואָקאַטיוו און צעטרייסלענדיק בוך.

„קעצעלעך (קאָטקי)‟ איז ניט קיין ליטעראַריש מוסטערווערק, נאָר עס זאָגט אויף אַ קלאָר־שאַרפֿן אופֿן: לאָזט מיך זײַן ווער איך בין און ווער איך וויל זײַן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version