Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ יתרו פֿון דער מאָדערנער תּקופֿהA Jethro of the modern era

אַפֿילו די גרעסטע צדיקים נייטיקן זיך אַ מאָל אין עצות פֿון וועלטלעך־געבילדעטע מומחים.

משה רבינוס שווער, יתרו, איז שטאַרק נתפּעל געוואָרן פֿון די גרויסע ניסים, וואָס דער אייבערשטער האָט געטאָן פֿאַר ייִדן, ווען זיי זענען אַנטלאָפֿן פֿון מצרים. נישט זײַענדיק קיין ייִד, האָט ער באַשלאָסן זיך מגייר צו זײַן און געגאַנגען צו זײַן איידעמס משפּחה אינעם מידבר, וווּ עס האָט שוין געוואַנדערט זײַן אייגענע משפּחה. ווי אַ גר, האָט משהס שווער זיך אויסגעצייכנט מיט זײַנע פּראַקטישע אָרגאַניזאַציאָנעלע עצות פֿונעם ייִדישן לעבן, דעריבער טראָגט די גאַנצע פּרשה זײַן נאָמען.

יתרו איז אַ קלאַסישער פּראָטאָטיפּ פֿון שפּעטערדיקע גרים און בעל־תּשובֿות. די חז״ל דערציילן, אַז ער האָט אויסגעלערנט און אויסגעפּרוּווט אַלע עבֿודה־זרות אין דער וועלט, איידער די ניסימדיקע באַפֿרײַונג פֿון זײַן איידעמס פֿאָלק האָט אים איבערגעצײַגט אויסצוקלײַבן די ייִדישע רעליגיע. דער דאָזיקער מאמר־חז״ל איז זייער אַ באַלערנדיקער: הגם משה רבינו איז געווען דער גרעסטער נבֿיא און מקבל געווען די תּורה אויפֿן באַרג סיני, האָט ער זיך נאָך אַלץ גענייטיקט אין עצות פֿון אַ זײַטיקן דערפֿאַרענעם חכם, וועלכער איז אויסגעווען די וועלט. אין יענער תּקופֿה איז אַ פּאַגאַנישע רעליגיעזע בילדונג געווען ענלעך צו דער היינטיקער אַלגעמיינער בילדונג, ווײַל אין מצרים און אַנדערע לענדער האָט רעליגיע אַרומגענומען אַלע געביטן פֿונעם מענטשלעכן לעבן. צו קענען אלע עבֿודה-זרות האָט געמיינט צו זײַן זייער אַ געבילדעטער מענטש אין אַלגעמיין.

דעם הײַנטיקן שבת, כ׳ שבֿט, איז דער יאָרצײַט פֿון אַן אומגעוויינטלעכן חסידישן צדיק, אַ יתרו פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה: רבי חיים־דוד בערנהאַרד, באַקאַנט ווי „אַ רבי אַ דאָקטער‟. זײַן קבֿר אין פּעטריקעוו, פּוילן, ציט הײַנט צו טויזנטער חסידישע עולי־רגל פֿון אַרום דער וועלט.

חיים־דוד איז געבוירן געוואָרן, ווי עס זעט אויס, בערך אין 1775, אינעם שטעטל זאַלאָשין, נישט ווײַט פֿון לאָדזש. ס׳איז מעגלעך, נאָר נישט קלאָר, אַז זײַן טאַטע איז געווען דער באַקאַנטער משׂכּיל ישׂשׂכר־בער פֿאַלקענזאָן, אַ דאָקטער און אַ פּאָעט, וועלכער האָט אַרויסגעגעבן אויף דײַטשיש אַ זאַמלונג לידער מיטן נאָמען „געדיכטע פֿון אַ פּוילישן ייִד‟.

דער צוקונפֿטדיקער צדיק איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ וועלטלעכער משׂכּילישער סבֿיבֿה, שטודירט מעדיצין — מסתּמא, אינעם ברעסלער אוניווערסיטעט — און געדינט ווי אַ דאָקטער בײַם הויף פֿונעם פּרײַסישן קיניג פֿרידריך דעם צווייטן און בײַם לעצטן פּוילישן מאָנאַרך, סטאַניסלאַוו אויגוסט דעם צווייטן. שפּעטער האָט בערנהאַרד געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצין אינעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט. זײַן פֿרוי העלענע איז אויך געווען אַ וועלטלעכע און אַסימילירטע.

מע דערציילט פֿאַרשיידענע מעשׂיות, ווי אַזוי דער באַקאַנטער דאָקטער איז געוואָרן אַ בעל־תּשובֿה. לויט דער סאַמע באַקאַנטער ווערסיע, האָט ער דערזען מיט זײַנע אייגענע אויגן, ווי אַ פּאַציענט וועלכער האָט געהאַלטן בײַם שטאַרבן איז על־פּי נס אויסגעהיילט געוואָרן אַ דאַנק דעם באַרימטן צדיק רבי דוד לעלעווער, אַ תּלמיד פֿונעם חוזה לובלינער. בערנהאַרד איז געקומען צום לעלעווער רבין אום יום־כּיפּור, לאַנג מיט אים געשמועסט און באַשלאָסן צו ווערן פֿרום; זײַן פֿרוי איז אויך געוואָרן אַן ערנסטע בעלת־תּשובֿה.

לויט אַן אַנדער ווערסיע, האָט אויפֿן דאָקטער געמאַכט אַ גרויסן רושם דאָס דבֿיקותדיקע דאַוונען פֿונעם לעלעווער רבין. צום באַדויערן, ווי עס טרעפֿט זיך אָפֿט מיט די חסידישע מעשׂיות, איז שווער אָפּצוטיילן היסטאָרישע פֿאַקטן פֿון פֿאָלקס־לעגענדעס. אַזוי צי אַנדערש, האָט דער דאָקטער אַרויסגעוויזן אַ גרויסן כּשרון און באַלד געוואָרן אַן עכטער תּלמיד־חכם. ביסלעכווײַז האָט ער זיך אויסגעלערנט בײַ די גרעסטע פּוילישע צדיקים די סודות פֿון זייער רביסווטע און געוואָרן אַליין אַ באַרימטער רבי. הגם ער האָט נישט געוואָלט אָנפֿירן מיט אַן אייגענעם חסידישן הויף, פֿלעגן טויזנטער ייִדן בעטן בײַ אים אַ ברכה און אַן עצה.

אין דער זעלבער צײַט, האָט בערנהאַרד זיך ווײַטער פֿאַרנומען מיט מעדיצין און געטראָגן מאָדערנע אייראָפּעיִשע מלבושים. ער איז געוואָרן אַ פּערזענלעכער דאָקטער פֿונעם חוזה לובלינער, דעם קאָזשניצער מגיד, רבי שׂמחה־בונים פּשיסכער, דעם קאָצקער רבין און אַנדערע פּוילישע צדיקים. אַגבֿ, רבי שׂמחה־בונים פּשיסכער האָט געאַרבעט ווי אַן אַפּטייקער און פֿלעגט זיך אויך באַקליידן לויט דער מאָדערנער מאָדע. אין 1830, בעת דעם פּוילישן אויפֿשטאַנד קעגן דער רוסלענדישער מאַכט, האָט ד״ר בערנהאַרד אָנגעהויבן אָרגאַניזירן אַ גאַנצע נעץ מעדיצינישע הילף־אינסטאַנצן פֿאַר די פּאָליאַקן־אויפֿשטענדלער. דער אומגעוויינטלעכער רבי־דאָקטער איז ניפֿטר און באַערדיקט געוואָרן אין פּעטריקעוו, אינעם יאָר 1858.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version