געוועזן חסידיש פּאָרפֿאָלק קלאָגט אָן קוויבעק צוליב דוחק אין לימודי־חול אין די ישיבֿותEx-Hasidic couple sues Quebec government over yeshiva education
.די אָנקלאָגער זוכן ניט קיין געלט; זיי װילן בלויז צװינגען די רעגירונג, זי זאָל פֿאַרזיכערן אַז די ישיבֿות פֿאָלגן דעם לערנפּלאַן פֿון דער פּראָװינץ
צום ערשטן מאָל, וועט די קאַנאַדער רעגירונג אַליין פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון דעם, וואָס די ניו־יאָרקער רעגירונג מאַכט דורך שוין יאָרן לאַנג — אַ יורידישער פּראָצעס וועגן דעם וואָס די רעגירונג באַזאָרגט ניט די חסידישע קינדער מיט אַ געהעריקער סעקולערער דערציִונג.
יוחנן לאָווען, און זײַן פֿרוי שיפֿרה, טענהן אינעם אָנקלאָג קעגן דער קוויבעקער פּראָווינץ, אַז ווען יוחנן האָט פֿאַרענדיקט די ישיבֿה צו 18 יאָר, האָט ער ניט געקענט לייענען אָדער שרײַבן קיין ענגליש אָדער פֿראַנצייזיש, אָדער מאַכן אַפֿילו פּשוטע אַריטמעטישע רעכענונגען.
(שיפֿרה האָט געשריבן עטלעכע אַרטיקלען פֿאַרן פֿאָרווערטס).
„די אָנקלאָגער האָבן פֿאַרענדיקט די מיטלשול אָן צו וויסן וואָס עס איז דער ׳סאַנקט־לאַורענס׳־טײַך אָדער די טעאָריע פֿון עוואָלוציע,‟ שטייט געשריבן אין אַ קיצור פֿון דער תּבֿיעה.
לויטן יורידישן אָנקלאָג, וואָס מע האָט לכתּחילה אָנגעגעבן אין געריכט אין 2015, האָבן די דערציִונג־אינסטאַנצן ניט געהעריק בודק געווען, אַז די תּלמידים אין די חסידישע מוסדות־התּורה זאָלן באַקומען אַ געהעריקע דערציִונג.
יוחנן איז אויפֿגעוואַקסן אין קרית־טאָש, אַ ציבור וואָס אַפֿילו בײַ די פֿרימסטע ייִדן האָט אַ שם ווי אַן אָפּגעזונדערטע. ער און שיפֿרה האָבן פֿאַרלאָזט דעם ציבור אין 2010.
דער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבן מאָנטיק אינעם קוויבעקער העכסטן געריכט. יוחנן און שיפֿרה מאָנען ניט קיין פֿינאַנציעלע פֿאַרגיטיקונג, זיי ווילן בלויז אַז דער געריכט זאָל פּסקענען, אַז די פּראָווינץ מוז טאָן איר חלק צו פֿאַרזיכערן אַז אַלע תּלמידים אין די פּריוואַטע שולן זאָלן באַקומען אַ בילדונג וואָס פֿאָלגט די סטאַנדאַרטן פֿונעם פּראָווינציאָנעלן לערנפּלאַן.
דער אָנקלאָג פֿון די לאָווענס קומט אין דער זעלביקער צײַט, וואָס מע האַלט אַ שטרענגערן אויג אויף די ניו־יאָרקער ישיבֿות נאָך דעם, וואָס געוועזענע חסידים האָבן אָנגעקלאָגט דעם שטאַט אין געריכט. ווייניק האָט זיך אָבער וואָס געביטן אין ניו־יאָרק, ווײַל דאָס מחלוקת צווישן די קריטיקער פֿון די ישיבֿות בײַ „יאַפֿעד‟, די פּראָ־ישיבֿה־אָרגאַניזאַציע „פּירלס‟ און די דערציִונג־באַאַמטע ציט זיך שוין יאָרן לאַנג וועגן די גרינטלעכע פֿאַקטן פֿון דעם, וואָס מע לערנט אין די מוסדות.
מאָנטיק האָט מאַריע־יאָסיי בערניער, וואָס אַרבעט פֿאַרן קוויבעקער מלוכישן דעפּאַרטעמענט וואָס באַשיצט די אינטערעסן פֿון קינדער, עדות געזאָגט, אַז אַ סך תּלמידים וואָס לערנען זיך אין די חסידישע שולן לײַדן פֿון „דערציִערישער אָפּגעלאָזנקייט‟ און אַז עס פֿעלט זיי אַ סך עלעמענטאַרע וויסן וועגן דער וועלט. זי האָט אויך געזאָגט פֿאַרן געריכט, אַז אַ סך תּלמידים קענען קוים רעדן ענגליש און קענען בכלל ניט קיין פֿראַנצייזיש. לויט אַן אויספֿאָרשונג, וואָס איר דעפּאַרטעמענט האָט געמאַכט אין 2014, זענען 280 פֿון די 320 חסידישע ייִנגלעך וואָס מע האָט פֿאַרהערט געווען „הינטערשטעליק אין זייער אַנטוויקלונג‟. געוויסע האָבן ניט געקענט לייענען קיין מעניו אָדער ציילן קליינגעלט.
כאָטש די דערציִערישע ענינים אין ניו־יאָרק און מאָנטרעאָל זענען גאָר ענלעך, איז דער פּאָליטישער מצבֿ אַן אַנדערער. אָבסערוואַטאָרן האַלטן, אַז ס׳וועט אפֿשר זײַן גרינגער צו רעפֿאָרמירן די חסידישע שולן אין קוויבעק איידער אין ניו־יאָרק. עס שפּילט אַ ראָלע דערין ניט בלויז די אָרטיקע פּאָליטיק, נאָר אויך די שפּאַנונג צווישן די פֿראַנצייזיש־ און ענגליש־רעדנדיקע באַפֿעלקערונגען.
אונטער דער פֿריִערדיקער ליבעראַלער רעגירונג האָט די פּראָווינץ געמאַכט אַן אָפּמאַך מיט געוויסע חסידישע ישיבֿות וואָס האָבן אַראַנזשירט אַז די סעקולערע לימודים זאָל מען לערנען מיט די קינדער אין דער היים אונטערן אויפֿזיכט פֿון אָרטיקע ענגליש־רעדנדיקע שולראָטן. לעצטנס, אָבער, האָט די נײַע קוויבעקער רעגירונג, מיט דער רעכטער „קאָאַליציע פֿאַר קוויבעקס צוקונפֿט‟ בראָש, אָפּגעשאַפֿן יענע ראָטן פֿאַר די ענגליש־רעדנדיקע שולן ווי אַ טייל פֿון אַ נײַעם געזעץ, וואָס צילעוועט צו פֿאַרשטאַרקן דאָס לערנען פֿראַנצייזיש אין די שולן. אַז מע האָט אַנולירט די ענגלישע שולראָטן, זעט אויס אַז יענער אָפּמאַך צווישן די חסידישע ישיבֿות און דער רעגירונג איז אויך אָפּגעשאַפֿן געוואָרן.
ברוס דזשאָנסטאָן, דער אַדוואָקאַט פֿאַר די לאָווענס, האָט געזאָגט דאָס געריכט, אַז שוין 30 יאָר ווייסט די פּראָווינץ אַז געוויסע רעליגיעזע שולן פֿונקציאָנירן אויף אַן אומלעגאַלן אופֿן, אָבער אַז קוויבעק האָט פֿאָרט ניט געהעריק אַכטונג געגעבן אויף דעם ענין.
„מיר זאָגן ניט, אַז די דאָזיקע מענטשן האָבן בייזע כּוונות, אָבער זייער סטראַטעגיע איז געווען אַ דורכפֿאַל‟, האָט דזשאָנסטאָן געזאָגט דעם געריכט. „די פֿראַגע איז, צי די רעגירונג איז עובֿר געווען אויף אירע אייגענע געזעצן דורכן טאָלערירן אומלעגאַלע שולן‟.
פֿון זייער זײַט האַלטן די אַדוואָקאַטן פֿאַר די טאָשער חסידים, אַז די ישיבֿות גיבן די תּלמידים הײַנט אַ בעסערע דערציִונג איידער ווען די לאָווענס האָבן זיך געלערנט דאָרט.
מע רעכט, אַז דער פּראָצעס וועט אָנגיין ביזן 20סטן פֿעברואַר.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO