Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַן אומיושרדיקער אַטאַק אויף אַ העלד פֿון קאָמפּיוטער־פֿרײַהייטAn unfair attack on a hero of computer freedom

אַקטיוויסטן קעגן באַלעסטיקונגען האָבן קאַליע געמאַכט ריטשאַרד סטאָלמאַנס קאַריערע בלויז צוליב זײַן אויסדריקן אַן אומפּאָפּולערע מיינונג.

לעצטנס בושעווען איבער דער וועלט אַ סך סעקסועלע סקאַנדאַלן פֿון באַקאַנטע פֿיגורן. כ׳האָב זיך אָבער אין גאַנצן נישט געריכט אַז אַזאַ סקאַנדאַל קאָן טרעפֿן אַ וויכטיקע, לעגענדאַרע פּערזענלעכקייט אין דער געשיכטע פֿון דער הײַנטיקער קאָמפּיוטערײַ.

במשך פֿון היפּשע 20 יאָר באַנוץ איך זיך טאָג־טעגלעך מיט דער קאָמפּיוטער־סיסטעם Linux, וואָס רעכנט פּרינציפּיעל נישט קיין געלט און באַשטייט טאַקע פֿון אַ ריזיקער צאָל קליינע און גרויסע אומזיסטע פּראָגראַם־מיטלען, פֿאַרבונדן מיט דער „פֿונדאַציע פֿאַר פֿרײַע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען‟ — FSF. אַ סך פֿון די זעלבע פּראָגראַמען שטעקן אויך אין די „מאַקינטאָש‟־קאָמפּיוטערס; אַ דאַנק זיי אַרבעטן כּמעט אַלע הײַנטיקע טעלעפֿאָנען. אַ באַזונדערס וויכטיקע ראָלע שפּילן זיי אין די אינטערנעץ־סערווערס.

דער אַמעריקאַנער פּראָגראַמיסט און אַקטיוויסט ריטשאַרד מעטיו סטאָלמאַן האָט געגרינדעט FSF אינעם יאָר 1985. די פֿרײַהייט מיינט אין דעם פֿאַל נישט בלויז וואָס שייך דעם פּרײַז, נאָר אויך וועגן דעם רעכט צו וויסן גענוי ווי אַזוי יעדער פּרט פֿון דער סיסטעם אַרבעט און עס איבערצואַרבעטן ווי מע וויל. צוליב דער ספּעציעלער ליצענץ, וואָס סטאָלמאַן האָט צוגעטראַכט און אָנגערופֿן „קאָפּילעפֿט‟ אַנשטאָט „קאָפּירײַט‟, בלײַבן די איבערגעאַרבעטע דעריוואַטיוו־פּראָגראַמען אויך אָפֿענע און אומזיסטע.

דעם 16טן סעפּטעמבער האָט סטאָלמאַן פֿאַרלאָזט זײַן FSF. דעם זעלבן טאָג, האָט ער זיך אויך אָפּגעזאָגט פֿון דער פּאָזיציע אינעם מאַסאַטשוסעטסער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט (MIT), וווּ ער פֿלעגט געבן לעקציעס במשך פֿון אַ סך יאָר. די פֿונדאַציע האָט נאָך אַלץ נישט אויסגעקליבן אַ נײַעם פּרעזידענט. FSF האָט איבערגעגעבן, אַז זי וועט ווײַטער פֿאָלגן סטאָלמאַנס פּרינציפּן; עס ווילט זיך אַזוי האָפֿן.

די ברייטע פּרעסע האָט ווייניק געשריבן וועגן דער סקאַנדאַל־מעשׂה מיט סטאָלמאַנען, דערפֿאַר איז כּדאַי זי אין קורצן צו דערמאָנען. דעם פֿאַרגאַנגענעם אויגוסט איז אין תּפֿיסה געשטאָרבן דער אַמעריקאַנער פֿינאַנסיסט דזשעפֿרי עפּשטיין, פֿאַרמישפּט פֿאַר סעקסועלע פֿאַרברעכנס. לויט דער מעדיצינישער אויספֿאָרשונג האָט ער זיך גענומען דאָס לעבן. פֿריִער, אין 2015, האָט אַ געוויסע פֿרוי, ווירדזשיניאַ דזשופֿרע, אָנגעקלאָגט, אַז ווען זי איז געווען 17 יאָר אַלט, האָט עפּשטיין זי געצוווּנגען צו האָבן סעקסועלע באַציִונגען מיט אַ גאַנצער ריי וועלט־באַקאַנטע מענער, אַרײַנגערעכנט דעם קאָמפּיוטערײַ־פּראָפֿעסאָר מאַרווין מינסקי פֿון MIT און דעם יוריספּרודענץ־פּראָפֿעסאָר אַלען דערשאָוויץ, וועלכער האָט זיך געווענדט אין געריכט און באַשולדיקט זי אין אַ בילבול.

מינסקי האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף די פֿאָרשונגען אינעם געביט פֿונעם קינסטלעכן שׂכל, ווי אויך אויף דער אַנטוויקלונג פֿון די הײַנטצײַטיקע קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס בכלל און אויף דער קאָמפּיוטערײַ־בילדונג פֿון קינדער בפֿרט. אין 2016 איז ער געשטאָרבן צו 88 יאָר.

אַן עדות האָט איבערגעגעבן, אַז דזשופֿרע, זײַענדיק דעמאָלט אַ יונגע סטודענטקע, האָט טאַקע פֿאָרגעלייגט מינסקין אירע סעקסועלע באַדינגונגען. דער פּראָפֿעסאָר האָט איר, לויטן עדות, דווקא אָפּגעזאָגט.

סטאָלמאַן, מינסקיס אַ קאָלעגע, האָט פֿאַרטיידיקט דעם פֿאַרשטאָרבענעם פּראָפֿעסאָר און געמאָלדן אין אַ פּריוואַטן אינטערנעץ־שמועס, אַז אויב די סטודענטקע איז טאַקע געשלאָפֿן מיט מינסקין, מיינט עס נישט, אַז ער האָט נישט געטאָרט דאָס טאָן, און אַז דער מעגלעכער עלטער פֿון אינטימע באַציִונגען איז בכלל רעלאַטיוו. ס׳האָט זיך אָנגעהויבן אַ מהומה. אין די אינטערנעץ־דיסקוסיעס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט קלאַנגען קעגן סטאָלמאַנען אַליין. די פֿונדאַציע און די אוניווערסיטעט־אַדמיניסטראַציע זענען אַרויסגעטראָטן קעגן סטאָלמאַנס אַרויסזאָגונגען. ווי אַ רעזולטאַט, האָט ער רעזיגנירט.

אַ געבוירענער אין 1953, בלײַבט סטאָלמאַן אַ ראַדיקאַלער קעמפֿער פֿאַר אינפֿאָרמאַציע־פֿרײַהייט. ער גלייבט, אַז אַלע פּאַטענטן, טעכנאָלאָגישע סודות און באַצאָלונגען פֿאַר קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען שטערן דער מענטשלעכער פֿרײַהייט און מוזן בטל ווערן. הגם זײַנע דעות זענען צום מערסטן באַקאַנט אין שײַכות מיט קאָמפּיוטערײַ, איז ער אין אַלגעמיין נאָענט צום היפּי־אַנאַרכיזם פֿון די 1960ער.

זיכער מוז מען זיך באַשיצן פֿון פֿיזישע באַלעסטיקונגען. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז צוליב אַ מענטשנס אויסדריקן אַן אומפּאָפּולערע מיינונג מעג מען צעשטערן זײַן רעפּוטאַציע אָן שום באַווײַזן. אין לעצטן סך־הכּל, מעג דאָך סטאָלמאַן האָבן אַן אייגנאַרטיקע מיינונג און נישט גלייבן בלינד אין צווייפֿלהאַפֿטיקע אָנקלאָגן. דעם פֿאַרמישפּטן, עפּשטיין, פֿאַרטיידיקט ער בשום־אופֿן נישט. אין דעם פֿאַל איז דער קאַמף דערגאַנגען צו ווײַט און געגעבן אַ ממשותדיקן קלאַפּ דער אינפֿאָרמאַציע־פֿרײַהייט גופֿא — להיפּוך צו די טעאָרעטישע פּרינציפּן פֿון די, וואָס שטרעבן מפֿרסם זײַן די באַלעסטיקונגען.

אַגבֿ, ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אַלע דערמאָנטע פּערסאָנאַזשן אין דער מעשׂה, אַחוץ דער אָנקלאָגערין, זענען ייִדן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version