Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדיש איז צו פֿיל באַווירקט פֿון ענגליש און רוסישYiddish speakers are too influenced by English and Russian

אַ טייל מומחים זאָגן אַז דאָס איז אַ נאַטירלעכער פּראָצעס פֿון דער שפּראַך־אַנטװיקלונג, נאָר דער מחבר האַלט ס׳איז גיכער צוליב עם־האָרצות.

מיט יאָרן צוריק האָב איך אין אײן הרף־עין פֿאַרלױרן אַ גוטע חבֿרטע, מיט װעלכער בײַ אונדז האָבן זיך אָנגעהױבן זײער ערנסטע באַציִונגען. און די סיבה דערפֿאַר איז געװען מײַן שאַרף צינגל. דאָס מײדל האָט זיך פֿאַרליבט אין ייִדיש, ממש פֿאַרלאָזט איר אײגענע שפּראַך און קולטור און אַ פּאָר יאָר נישט אַרױסגעקראָכן פֿון די פּערמאַנענטע לימודים בײַ די בעסטע פּראָפֿעסאָרן אין אײראָפּע, ישׂראל און אַמעריקע. װען מיר האָבן זיך באַקענט, װאָלט שױן קײן מענטש נישט געקענט זאָגן, אַז דאָס מײדל איז נישט געבױרן געװאָרן מיט ייִדיש אין מױל. נאָר װאָס, אַ מאָל, אין גאָר הײמישע באַדינגונגען, פֿלעגט זי פֿאַרלירן די שליטה איבער דער שפּראַך און אָנגעהױבן שרײַבן אַ מישמאַש פֿון דרײַ שפּראַכן, װוּ ייִדיש האָט אױסגעזען און געקלונגען װי עמעצער װאָלט זיך נאָכגעקרימט נאָך אַ שטעטל־ייִד פֿון אַמאָליקער גאַליציע.

אײן מאָל, װען איך האָב באַקומען פֿון מײַן געליבטער אָט אַזאַ „קרומעװאַטן בריװ‟ בין איך ממש אַרױס פֿון די כּלים, פֿאַרראָכטן אַלע פֿעלערן און צוריקגעשיקט דעם בריװ צו מײַן אוצרל אין דער שװייץ. אין אַ שעה אַרום האָב איך באַקומען אַן ענטפֿער, אַז איך בין אַ בײזער מענטש און טשעפּע זיך אומזיסט־און־אומנישט צו אַ מענטשן, װאָס האָט געשריבן אַ בריװ ממש אױף אײן פֿוס. דאָ בין איך שוין געװאָרן בײז און צוריקגעשיקט אַ הײסע דעפּעש:

„מײַן ליבלינג, װען דו װאָלטסט געשריבן אַ בריװל אױף אײן פֿוס אױף ענגליש, אױך דעמאָלט װאָלטסטו זיך דערלױבט צו שרײַבן װי אַ ייִד אױף טערקיש?‟ שױן, מער נישט קײן אײן בריװ… אױס ליבע… װי כ’האָב זיך שפּעטער דערװוּסט, האָט זי דעם זעלבן טאָג זיך אַפֿילו אַריבערגעצויגן אין אַן אַנדער שטאָט.

ס׳איז פֿאַרבײַ אַ שאָק מיט יאָרן. פֿון צײַט צו צײַט דערגרײכן מײַנע אױערן ידיעות װעגן מײַן אַמאָליקער גוטער חבֿרטע, װעלכע איז שױן פֿון לאַנג געװאָרן אַ פּראָפֿעסאָרשע און זײער אַ בכּבֿודיקע מומחה אין אײנעם פֿון די עלטסטע אוניװערסיטעטן אין אײראָפּע און אױך אַ ראַט־געבערין אין עפּעס אַ קאָמיסיע פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. און כּדי צו פֿאַרענדיקן די טעמע, װיל איך נאָר צוגעבן, אַז דאָס געביט, אין װעלכן עס האָט זיך אַזױ פֿײַן אױסגעצײכנט מײַן געװעזענע געליבטע פֿון דער שװייץ איז עקאָנאָמיק.

די לעצטע פּאָר חדשים איז מיר אױסגעקומען אַ סך צו לײענען און זוכן נײַע נעמען אױפֿן געביט פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור, װײַל װאָס מער ביכער פֿון דער סעריע „ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור‟ לאָזן מיר (רעדקאָלעגיע: דובֿ־בער קערלער, װעלװל טשערנין און אַני הקטן) אַרױס, אַלץ װײניקער באַקאַנטע נעמען בלײַבן אין רעזערװ װי קאַנדידאַטן אױף אַרײַנגענומען צו װערן אין דער סעריע. די ייִדישע סעקולערע צײַטונגען און זשורנאַלן זײַנען דאָך אַזױ גרױס אין צאָל, אַז מע קען זײ דורכבלעטערן אין משך פֿון אײן שעה. אָבער, אַ פּאָר נישט־פֿרײלעכע טענדענצן אין די הײַנטצײַטיקע ייִדישע צײַטשריפֿטן װאַרפֿן זיך פּשוט אין די אױגן, דהײַנו — די רײנקײט פֿון ייִדיש װערט פֿון יאָר צו יאָר אַלץ קאַלאַמוטנער און פֿאַרצױגענער, װי אַ דירעקטע השפּעה פֿון ענגליש און רוסיש. מיר פּערזענלעך געפֿעלט עס נישט, כאָטש אַ פּאָר זײער בכּבֿודיקע מומחים האַלטן, אַז דאָס איז אַ לעגיטימע זאַך און אַפֿילו אַ באַװײַז, אַז די שפּראַך לעבט און אַנטװיקלט זיך.

מילא. אין דער צײַט, װען איך און אַנדערע שריפֿטשטעלער פֿון מײַן דור האָבן זיך געלערנט בײַ די גרױסע ייִדיש־אױטאָריטעטן האָט מען נישט געקענט און נישט געטאָרט זען עפּעס „דורך די כינעזישע, רוסישע, פֿראַנצײזישע אאַז״װ אױגן‟, נאָר מיט די אייגענע אױגן. פּונקט אַזױ װי מע האָט נישט געקענט רעדן „אויפֿן‟ טעלעפֿאָן, נאָר „דורכן‟ טעלעפֿאָן; מע האָט נישט געקענט „אַװעק פֿון לעבן‟, נאָר מען איז „ניפֿטר געװאָרן‟ אָדער „פֿאַרלאָזט די העלע װעלט‟, „צוגעשטאַנען צו די אָבֿות‟, אאַז״װ.

אַזעלכע קאַלקעס פֿון אַנדערע שפּראַכן, װי איך האָב אױבן דערמאָנט, זעט מען אין דער ייִדישער מאַסן־מעדיאַ אַלץ מער און מער און, לױט מײַן מײנונג, איז דאָס נישט קײן נאַטירלעכער פּראָצעס פֿון אַ שפּראַך־אַנטװיקלונג, נאָר גיכער אַן עלעמענטאַרע עם־האָרצישקײט, פֿאַרקנאָטענע אױף חוצפּה. ס’איז דאָך דאָ אַן עלעמענטאַרער מיטל װי אַזױ צו העכערן די קװאַליטעט פֿון כּלל־ייִדיש; עס זײַנען דאָ אַקאַדעמישע, הױך פּראָפֿעסיאָנעלע קורסן אין ישׂראל, פֿראַנקרײַך און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. חוץ דעם, האָבן מיר, ייִדן, אַזאַ רײַכע ליטעראַטור, װאָס נאָר איבערצולײענען די טיטלען דאַרף מען אָפּלעבן אַ לעבן מיט אַ חודש. אַ נישט, װעלן מיר זיך װײַטער אָנשטױסן אױף פּרעכטיקע שעדעװערן פֿון עם־האָרצישקײט, אַזעלכע װי אין אײנער פֿון די ייִדישע צײַטונגען פֿאַרן חודש דעצעמבער 2019. איך ציטיר: „מיט אַ װערעמען גרוס…‟ און גײ, ברעך זיך דעם קאָפּ, צי אין דער רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג האָבן זיך, נישט דאָ געדאַכט, פֿאַרענדיקט די װערעם, צי די װױלע ייִדענע, װאָס האָט עס צוגעװוּנטשן, װײסט שױן נישט, נעבעך, װאָס טוט מען מיט די אײגענע — כ’בעט איבער אײַער כּבֿוד — שרצים. כאָטש, אױף אַ לײַטיש ייִדיש האָט מען געדאַרפֿט אָנװינטשן: „מיט אַ װערעמדיקן גרוס‟… באַהיט זאָל מען װערן.

און מיר זאָלן נישט פֿאַרענדיקן מיט אַזאַ נישט קײן היגיענישן טאָן, לײג איך פֿאָר אונדזערע לײענער אַ קינדערלידל געשאַפֿן פֿון אַ ייִדיש קינד, מױשעלע פֿלאָרין. דאָס לידל האָב איך אַנטדעקט מיט דרײַסיק יאָר צוריק אין אַ ייִדישן בוך אין אַ קעלער אין בוקאַרעשט. דאָס איז אָבער נישט געווען סתּם אַ בוך, נאָר דער 15טער באַנד פֿון ש. אַנ־סקיס פֿאָלקלאָר־זאַמלונגען, אויפֿן סמך פֿון זײַנע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס פֿון 1911.

ווי בײַ אַלע קינדערלידער, אין אַלע שפּראַכן, שפּילט זיך דער יונגער מחבר מיטן לשון, אַזוי אַז אַ סך פֿון די ווערטער וועט איר נישט געפֿינען אין קיין שום ווערטערבוך. דאָס לידל איז אַ שײנער מוסטער, אַז אַװדאי, קען מען זיך אױסלערנען אַ שפּראַך, אַפֿילו ייִדיש, פֿאַר װאָס נישט? אָבער צו פֿילן די שפּראַך פֿון אינעװײניק, אױף אַזױ טיף און הײמיש — צו דעם, מײן איך, דאַרף מען האָבן אַ האַרץ.

קוצעלע־מוצעלע 1
קוצעלע־מוצעלע,
מיט אַ גיט רוצעלע
װעלן אַלע שמוצעלעך
װערן רײנע בוצעלעך.
בוצעלע־מוצעלע,
אין אַ לוזשע שמוצעלע
װעסטו זיך פֿאַרפֿוצקעװען
און נישט קענען שפּילצעװען.
שפּילצעלע־מילצעלע,
קום צו מיר אין שטיבצעלע,
אַלע קלײנע פּופּצעלעך
קומט אַ זשמענ’קע זיסצעלעך.
פּופּצעלעך־מופּצעלעך,
זינגט מיר אַ פּאָר לידצעלעך,
איך װעל גײען טאַנצעלעך
מיט די קוצע מוצעלעך.
קוצעלע־מוצעלע… אאַז״װ

פֿון מױשעלע פֿלאָרין

(1) קוצעלע־מוצעלע: פֿאַרצױגן פֿון מערבֿ־אוקראַיִניש, „קוצייִ‟ — אַ קורצער, אַ קלײנער ווי, למשל, אַ קעצעלע אָדער לעמעלע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version