Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די „ייִדישע פֿראַגע‟ אין דער רוסישער געשיכטעThe “Jewish Question” in Russian History

דאָס רוסישע זאַמלבוך „יודאַיִזם‟ גיט דעם לײענער פֿאַרשידענע מקורים אָבער העלפֿט זיי ניט צו פֿאַרשטיין דעם מאַטעריאַל ווי געהעריק.

אין הײַנטיקן רוסלאַנד זײַנען אָפֿיציעל אָנערקענט פֿיר „טראַדיציאָנעלע‟ רעליגיעס: די פּראַװאָסלאַװנער קירך, איסלאַם, בודיזם און יודאַיִזם. אַנדערע, ווי די קאַטױלישע און פּראָטעסטאַנטישע שיטות פֿון קריסטנטום, װערן טאָלערירט אָבער האָבן ניט קײן אָפֿיציעלן סטאַטוס, און עס זײַנען דאָ נאָך אַזעלכע, װי „דזשעהאָװאַס וויטניסעס‟, װאָס זײַנען אין גאַנצן פֿאַרװערט.

פּראַװאָסלאַװנער גלחים, מוסולמענישע מולאַס, בודיסטישע לאַמאַס און ייִדישע רבנים װערן פֿאַרבעטן אױף װיכטיקע פּאָליטישע באַראַטונגען. זײ טרעפֿן זיך פֿון מאָל צו מאָל מיטן פּרעזידענט און רעגירונג־פֿירער, און באַװײַזן זיך אין דער מאַסן־מעדיאַ. אַװדאי זײַנען זײערע ראָלעס ניט גלײַכװערטיק, װײַל די פּראַװאָסלאַװנער קריסטן פֿאַרנעמען דעם סאַמע װיכטיקן אָרט.

כּדי צו באַקענען די רוסישע באַפֿעלקערונג מיט אָט די טראַדיציאָנעלע רעליגיעס האָט די רוסישע הומאַניטאַרע קריסטלעכע אַקאַדעמיע אין פּעטערבורג אַרױסגעלאָזט פֿיר װאָגיקע בענד װעגן יעדער רעליגיע. די דאָזיקע אַקאַדעמיע געהערט צו דעם ליבעראַלן פֿליגל פֿון דער פּראַװאָסלאַװנער קירך, און דערפֿאַר איז זײער אױסגאַבע גאַנץ וואַרעם לגבי ניט־קריסטלעכע רעליגיעס. די ביכער דערקלערן אָבער דעם פּראָבלעמאַטישן מצבֿ פֿון די ניט־קריסטלעכע רעליגיעס אין רוסלאַנד אַ מאָל און הײַנט.

דער באַנד װעגן דער ייִדישער אמונה נעמט אַרײַן מער װי הונדערט דאָקומענטן. זײ באַהאַנדלען גאָר פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון די באַציִונגען צװישן ייִדן און רוסלאַנד אין משך פֿון מער װי אײן טױזנט יאָר. די דאָזיקע געשיכטע הײבט זיך אָן אין מיטלאַלטער מיטן אױפֿקום פֿון דער סאַמע ערשטער מלוכה אין קיִעװער רוס. די קראָניקעס זאָגן עדות װעגן די קאָנפֿליקטן צװישן דער קיִעװער רוס און אירע שכנים כּוזרים. לױט געװיסע מקורים האָבן די פֿירער פֿונעם כּוזרישן מלכות געהערט צו דער ייִדישער אמונה. װעגן זײ האָט געשריבן ר’ יהודה הלוי אין זײַן באַרימטן חיבור „ספֿר הכּוזרי‟.

אַ היפּשע צאָל היסטאָרישע דאָקומענטן דערצײלן װעגן דעם בלוט־בילבול, װען די קריסטן האָבן באַשולדיקט ייִדן אין הרגענען אַ קריסטלעך קינד, כּלומרשט מיטן ציל צו נוצן זײַן בלוט כּדי צו באַקן מצות. דאָס דאָזיקע גלײבעכץ איז געװען פֿאַרשפּרײט אין פּױלן בפֿרט אינעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט. פֿון מאָל צו מאָל האָט מען געכאַפּט אַ פּאָר ייִדן און פֿאַרמישפּט זײ צום טױט, כאָטש סײַ דער פּױפּסט און סײַ דער פּױלישער קעניג האָבן בפֿירוש דערקלערט דעם דאָזיקן ביבול פֿאַר אַ ליגן. די פּראָטאָקאָלן פֿון געריכטן אין די שטעט קרעמענעץ, דינעװיץ און אַנדערע דערצײלן װעגן שרעקלעכע פּײַניקונגען, װאָס ייִדן האָבן געמוזט אױסשטײן. אָפֿט מאָל זײַנען זײ פֿאַרמישפּט געװאָרן צו שרעקלעכע מינים טױט. אמת, די דאָזיקע געשעענישן זײַנען ניט פֿאָרגעקומען אין רוסלאַנד, אָבער די רעדאַקטאָרן דערקלערן ניט, אַז אין יענער תּקופֿה האָט די דאָזיקע געגנט געהערט צו פּױלן.

דער פֿאַקט וואָס עס פֿעלן אַזוינע דערקלערונגען איז אַ גרױסער חסרון פֿונעם דאָזיקן זאַמלבוך. מען באַזאָרגט די היסטאָרישע דאָקומענטן מיט קורצער פֿאַקטישער אינפֿאָרמאַציע װעגן זײערע מחבירם און מקורים, אָבער דערקלערט ניט װי אַזױ מען דאַרף זיי אױסטײַטשן. עס איז גאַנץ ניצלעך און אינטערעסאַנט צו הערן פֿאַרשידענע שטימען און מײנונגען, צװישן זײ — אױך בפֿירוש אַנטיסעמיטישע פּאָזיציעס. אָבער מען דאַרף זײ באַגלײטן מיט דערקלערונגען פֿאַרן לײענער, װעלכער איז ניט גוט באַהאַװנט אין די דאָזיקע ענינים. אָט, למשל, לײענט מען אין אַן אַרטיקל פֿונעם רוסישן זשורנאַליסט אַלעקסײ שמאַקאָװ, אַז ניט קריסטן, נאָר דװקא ייִדן האָבן געמאַכט אַ פּאָגראָם אין ביאַליסטאָק אין 1906. שמאַקאָװ װערט קורץ פֿאָרגעשטעלט װי „אַ מומחה אין די ייִדישע און מאַסאָנישע ענינים‟, כאָטש אין דער אמתן איז ער געװען אַ פֿאַרביסענער שׂונא־ישׂראל. דערבײַ דערקלערט מען אַפֿילו ניט, װאָס איז געשען אין ביאַליסטאָק. היסטאָריש איז שמאַקאָװס אַרטיקל װיכטיק, װײַל עס שפּיגלט אָפּ די עקסטרעם-רעכטע פּאָזיציע פֿון רוסישע נאַציאָנאַליסטן, אָבער דאָס נײטיקט זיך אין אַ זאַכלעכן קאָמענטאַר.

די „ייִדישע פֿראַגע‟ אין רוסלאַנד האָט פֿינעף אַספּעקטן: דעם רעליגיעזן, דעם פּאָליטישן, דעם עקאָנאָמישן, דעם קולטורעלן און דעם סאָציאַלן. אײניקע קריסטלעכע דענקער האָבן באַטראַכט ייִדן װי שׂונאים פֿון דער קריסטלעכער אמונה, װעלכע האָבן אין זינען צו פֿאַרפֿירן דעם פּשוטן רוסישן עמך אַװעק פֿון זײער גלױבן. דער באַקאַנטער רוסישער פֿילאָסאָף אַלעקסײ לאָסעװ (1893 – 1988) האָט געטענהט אין זײַן חיבור „דיאַלעקטיק פֿון מיטאָס‟, אַז די קבלה איז אַ מעשׂה־שׂטן, װאָסער ציל איז צו מאַכן עם־ישׂראל פֿאַרן הערשער איבער דער גאַנצער װעלט. לאָסעװ האָט געגלױבט, אַז מאַרקסיזם, ליבעראַליזם און אַנאַרכיזם זײַנען מאָדערנע װעלטלעכע גיגלולים פֿון דער קבלה. פֿאַר זײַן בוך איז ער אין 1930 אַרעסטירט און פֿאַרמישפּט געװאָרן צו צען יאָר אין תּפֿיסה־לאַגער. מען האָט אים אָבער באַפֿרײַט מיט דרײַ יאָר שפּעטער, און אין 1944 איז ער געװאָרן אַ פּראָפֿעסאָר אינעם מאָסקװער לערער־אינסטיטוט.

לאָסעװ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צאָל פֿאָרשונגען װעגן דער געשיכטע פֿון פֿילאָסאָפֿיע און עסטעטיק, און פֿאַרבלײַבט עד־היום אַ װיכטיקע פֿיגור צװישן קריסטלעכע דענקער אין רוסלאַנד, ניט געקוקט אױף זײַנע אױסגעשפּראָכן אַנטיסעמיטישע אָנזיכטן. אינעם זאַמלבוך קען מען איבערלײענען פֿראַגמענטן פֿון זײַנע חיבורים, אָבער די רעדאַקטאָרן דערקלערן ניט זײער קאָנטעקסט.

דער גרױסער באַנד „יודאַיִזם: פֿאַר און קעגן‟ איז אַ װיכטיקע זאַמלונג פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע מקורים, װאָס מען קען נוצן פֿאַר ביז גאָר פֿאַרשידענע צװעקן. אַ שאָד, װאָס די רעדאַקטאָרן האָבן ניט געגעבן דעם לײענער קײן װעגװײַזער איבער דעם דאָזיקן פּלאָנטער פֿון אידעען, פֿאַקטן און מײנונגען.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version