ווידעאָ: רבֿקה באַסמאַנס ליד באַגלייט פֿון נײַער קונסטמוזיקWATCH: Rivka Basman’s poem set to stirring new music
די חזנטע סוועטאַ קונדיש און פּאַטריק פֿאַרעל פֿירן אויס דאָס ליבעליד אין בערלין.
כאָטש אַ סך טאַלאַנטירטע זינגער און מוזיקער קאָמפּאָנירן הײַנט מוזיק צו באַגלייטן ייִדישע לידער, איז דער טעקסט כּמעט תּמיד גענומען פֿון פּאָעטן, וואָס זענען שוין לאַנג אַוועק. דערפֿאַר ווערט מיר גוט אויפֿן האַרצן ווען איך זע, אַז מע שאַפֿט נײַע מוזיק צו באַגלייטן אַ ליד פֿון אַ הײַנטצײַטיקן פּאָעט.
אין אָקטאָבער איז די חזנטע סוועטאַ קונדיש אויפֿגעטראָטן מיט אַ נײַער אַראַנזשירונג פֿון „ווער האָט געזען‟, פֿון דער פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. עס באַגלייט זי אויפֿן אַקאָרדעאָן פּאַטריק פֿאַרעל, וואָס האָט קאָאָמפּאָנירט די מוזיק צום ליד. ווי מע קען אויבן הערן אינעם ווידעאָ, וואָס מע האָט לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט אויף „יוטוב‟, איז די מוזיק זייער אַנדערש פֿון דער געוויינטלעכער קלעזמער־מוזיק אָדער ייִדישע פֿאָלקס־מעלאָדיעס. די קונסטמוזיק פּאַסט זיך אָבער גוט צו צו קונסישס אָפּעראַטישער שטימע.
„ווער האָט געזען‟ איז אַ טייל פֿון אַ ריי נײַע קאָמפּאָזיציעס וואָס פֿאַרעל שאַפֿט צו באַגלייטן לידער פֿון ייִדישע פּאָטעסעס. עטלעכע פֿון זיי, געזונגען דורך סוועטאַ קונדיש, קען מען הערן אויף זײַן וועבזײַט..
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO