Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מחבר פֿון „בבֿא־בוך‟ איז געווען אַ גרויסער געלערנטערAuthor of medieval Yiddish romance, “Bovo Bukh”, was also a scholar

עליע לעוויטאַ (אליהו בחור) איז אויך געווען אַ בעל־דיקדוק פֿון לשון־קודש און אַ לעקסיקאָגראַף.

דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו ווידער צו בעטן פּרעה אַרויסצולאָזן די ייִדן פֿון מצרים. פֿאַר דער לעצטער מכּה, ווען עס זענען אומגעקומען די מיצרישע בכורים, האָט דער באַשעפֿער געהייסן יעדן ייִד צו שעכטן אַ שאָף צי אַ ציג און באַשמירן די טירן מיטן בלוט פֿון דער בהמה. דער באַשעפֿער האָט דערקלערט, אַז צוליב דעם סימן אויף דער טיר וועט ער בעת דער מכּת־בכורות איבערהיפּן — „ופֿסחתּי‟ — די ייִדישע הײַזער.

דאָס וואָרט „פּסח‟ שטאַמט פֿונעם דאָזיקן זעלטענעם ווערב, „ופֿסחתּי‟, וואָס טרעפֿט זיך צום ערשטן מאָל אין אונדזער סדרה. דער קרבן, וואָס ייִדן האָבן געבראַכט, כּדי דער באַשעפֿער זאָל אָפּהיטן זייערע הײַזער פֿון דער מכּה, איז געוואָרן דער פּראָטאָטיפּ פֿונעם יערלעכן קרבן־פּסח.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז פֿונעם זעלבן שורש שטאַמט דאָס וואָרט „נפֿסח‟, וואָס מיינט צו הינקען אָדער לאָם צו ווערן. ווי אַזוי קאָן דער זעלבער שורש מיינען צוויי היפּוכדיקע זאַכן: איבערצוהיפּן און צו הינקען? אין דער אמתן, זענען אין לשון־קודש פֿאַראַן אַ סך אַזעלכע פֿאַלן, אַפֿילו מיטן זעלביקן וואָרט. למשל, אין תּהילים מיינט „קלס‟ שפּאָט און חוזק; אין דער שפּעטערדיקער תּקופֿה האָט אָבער דאָס זעלביקע וואָרט באַקומען אַ היפּוכדיקן באַדײַט: לויב און שבֿח. אין דעם פֿאַל איז די סיבה גאַנץ קלאָר: דער צווייטער באַדײַט שטאַמט פֿון גריכיש. נאָך אַן אינטערעסאַנטער פֿאַל: דאָס וואָרט „עקרה‟ שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש, ווי „עיקר‟.

כּדי צו פֿאַרשטיין דעם תּנ״כישן טעקסט ווי געהעריק, מוז מען וויסן קלאָר די גראַמאַטישע כּללים פֿון לשון־קודש און דעם גענויעם באַדײַט פֿון ווערטער. פֿאַרשיידענע באַמערקונגען וועגן דער לשון־קודשדיקער גראַמאַטיק טרעפֿן זיך שוין אין דער גמרא, אָבער די סיסטעמאַטישע דיקדוק־ליטעראַטור האָט זיך באַוויזן אַ סך שפּעטער — צו ערשט אונטער דעם מוסולמעניש־אַראַבישער השפּעה, און דערנאָך אונטער דער לאַטײַנישער.

דעם הײַנטיקן שבת, ו׳ שבֿט, פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿונעם גרויסן בעל־דיקדוק אליהו בחור לוויטה (לעוויטאַ), בעסער באַקאַנט דעם ייִדישן לייענער ווי אליהו בחור, דער מחבר פֿונעם באַרימטן אַלט־ייִדישן ראָמאַן „באָווע־בוך‟. ווי אַ בעל־דיקדוק און איבערזעצער, האָט אליהו בחור (1469-1549) כּסדר מיטגעאַרבעט מיט קריסטלעכע געלערנטע. צום בײַשפּיל, נישט זײַענדיק אַליין אַ גרויסער קענער פֿון קבלה, האָט ער איבערגעזעצט פֿאַרשיידענע פֿראַגמענטן פֿון קבלה־ספֿרים פֿאַרן רוימישן קאַרדינאַל עגידיאָ דאַ וויטערבאָ. אַ סך פֿון זײַנע ספֿרים האָט אליהו לעוויטאַ אָפּגעדרוקט אַליין בשותּפֿות מיטן פּראָטעסטאַנטישן חכם און פֿאַרלעגער פּאַול פֿאַגיוס, וועלכער האָט אָנגעשריבן אַ לאַטײַנישע הקדמה צו לעוויטאַס „המתּורגמן‟, אַ ווערטערבוך פֿון אַראַמישע תּרגומים. לעוויטאַס לשון־קודשדיק ווערטערבוך „התּשבי‟ האָט פֿאַגיוס איבערגעזעצט אויף לאַטײַניש.

צווישן אליהו בחורס קריסטלעכע תּלמידים איז געווען דער דײַטשישער הומאַניסט און העברעיִסט סעבאַסטיאַן מינסטער — אַ געוועזענער קאַטויל, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן אַ לוטעראַנער. ס׳איז מעגלעך, אַז לעוויטאַ האָט זיך אַמאָל געטראָפֿן מיט מאַרטין לוטער אַליין.

אין יענער תּקופֿה, ווען פּראָטעסטאַנטיזם האָט זיך אָנגעהויבן צו פֿאַרשפּרייטן אין אייראָפּע, האָבן זיך אַ סך אייראָפּעיִשע געלערנטע שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט לשון־קודש און ייִדישקייט, האָפֿנדיק בעסער צו פֿאַרשטיין זייער אייגענע רעליגיע. אליהו בחור איז געווען באַקאַנט אין מערבֿ־אייראָפּע ווי אַ הומאַניסטישער געבילדעטער ייִד, איינער פֿון די בעסטע מומחים אין לשון־קודש און לשון־תּרגום.

נישט אַלע רבנים זענען געווען צופֿרידן מיט לעוויטאַס ווערק. דער חיד״אָ, רבי חיים־יוסף־דוד אַזולאַי, אַ באַרימטער ספֿרדישער רבֿ און ביבליאָגראַף, קריטיקירט לעוויטאַס שיטה, לויט וועלכער די בעלי־מסורה האָבן צוגעטראַכט די נקודות און טראָפּ־צייכנס אינעם תּנ״ך; אין דער גמרא־תּקופֿה זענען זיי נאָך נישט געווען בנימצא. דער חיד״אָ באַטאָנט, אַז די נקודות און טעמים האָט משה רבינו אַליין מקבל געווען אויפֿן באַרג סיני. די הײַנטיקע היסטאָריקער זענען, אַוודאי, מסכּים מיט לעוויטאַ.

נישט אַלע רבנים זענען אויך געווען צופֿרידן מיט עראָטישע און פֿרײַדענקערישע עלעמענטן אינעם „באָווע־בוך‟. הרבֿ יחיאל היילפּרין, אַן אַנדער באַקאַנטער ביבליאָגראַף, זאָגט אָבער אין זײַן „סדר הדורות‟, אַז ס׳איז אַ שיינע מעשׂה און „אַ גרויסער ענין‟.

אַחוץ זײַן באַרימטן ייִדישן „בעסטסעלער‟ און פֿאַרשיידענע קירצערע לידער אויף ייִדיש, האָט אליהו בחור בשותּפֿות מיט פֿאַגיוס אַרויסגעגעבן אַ סידור מיט עבֿרי־טײַטש און דעם ערשטן ייִדישן ווערטערבוך „שמות הדבֿרים‟; פּינקטלעכער צו זאָגן, איז עס אַ פֿיר־שפּראַכיקער ייִדיש־העברעיִש־לאַטײַניש־דײַטשישער גלאָסאַר.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version