Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַפֿגאַנער גניזה באַשרײַבט רײַך ייִדיש לעבן אין אַמאָליקן כאָראַסאַןAfghan geniza reveals rich Jewish life in medieval Khorasan

צווישן די אוצרות: תּנ״ך־פּירושים פֿון סעדיה גאָון אויפֿן ייִדישן דיאַלעקט פֿון אַראַביש, פּערזענלעכע בריוו און געשעפֿט־קאָנטראַקטן.

נישט לאַנג צוריק איז אינעם פּעטערבורגער ערמיטאַזש — איינער פֿון די גרעסטע קונסטמוזייען אין דער וועלט — פֿאָרגעקומען אַן אויסשטעלונג פֿון דער אַזוי־גערופֿענער אַפֿגאַנער גניזה מיטן נאָמען „דאָס לעבן אינעם מיטל־עלטערלעכן כאָראַסאַן‟. ס׳רובֿ, אויב נישט אַלע דאָקומענטן אינעם דאָזיקן אוצר, האָבן געהערט צו אַ ייִדישער משפּחה, וועלכע האָט אַמאָל געוווינט אין דער אַפֿגאַנער שטאָט באַמיאַן.

באַמיאַן און די הײַנטיקע אַפֿגאַנער פּראָווינץ מיטן זעלבן נאָמען, איז געווען אַ טייל פֿון כאָראַסאַן — אַ ראַיאָן מיט אַן אייגנאַרטיקער רײַכער קולטור, הײַנט צעטיילט צווישן איראַן, אַפֿגאַניסטאַן און טורקמעניסטאַן. אינעם דאָזיקן ראַיאָן האָבן געלעבט אַ גאַנצע ריי באַרימטע פּערסישע פּאָעטן, פֿילאָסאָפֿן, וויסנשאַפֿטלער און קינסטלער.

אין 2011 זענען עטלעכע תּושבֿים פֿון דער שכנותדיקער אַפֿגאַנער פּראָווינץ סאַמאַנגאַן צוליב אומקלאָרע סיבות אַרײַנגעגאַנגען אין אַ צאָל היילן, וווּ עס האָבן זיך פֿריִער אויסבאַהאַלטן די טאַליבאַנער מיליטאַנטן. דאָרט האָט מען געפֿונען אַ גרויסן אוצר פֿון ייִדישע כּתבֿ־ידן וואָס אַ דאַנק דעם ווייסן מיר איצט גאַנץ פּרטימדיק, אַז אין באַמיאַן האָט מיט 1,000 יאָר צוריק געבליט אַ גרויסע ייִדישע קהילה. בערך אַ פֿערטל פֿון דער זאַמלונג האָט דער נאַציאָנאַלער ישׂראלדיקער מוזיי שוין אָפּגעקויפֿט.

די דאָקומענטן אין דער אַפֿגאַנער גניזה זענען פֿאַרשריבן אויף פֿיר שפּראַכן: לשון־קודש, פּערסיש, אַראַביש און צו מאָל אַראַמיש. אויף פּערסיש און אַראַביש פֿלעגן די אָרטיקע ייִדן שרײַבן סײַ מיט ייִדישע, סײַ מיט אַראַבישע אותיות. ס׳איז קלאָר, אַז די אָרטיקע ייִדישע קהילה איז געווען גוט באַקאַנט אי מיט דער איסלאַמישער קולטור, אי מיט דער פּערסישער פּאָעזיע און געשיכטע. למשל, איין דאָקומענט פֿונעם 11טן יאָרהונדערט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ לויבגעזאַנג אויף פּערסיש לכּבֿוד אַ געוויסן ייִד מיטן נאָמען אַבו־ל׳כאַסאַן סימן־טובֿ. אַזוי ווי אין אַנדערע איסלאַמישע לענדער, האָבן די אָרטיקע ייִדן געטראָגן צוויי נעמען: ייִדישע און וועלטלעכע — כּמו־מוסולמענישע.

וואָס שייך ספֿרים, געפֿינט זיך אין דער גניזה אַ סידור מיט באַמערקונגען אויפֿן ייִדישן דיאַלעקט פֿון פּערסיש; משניות, אויך אויסגעשפּרינקלט מיט ייִדיש־פּערסישע פֿראַזעס; תּנ״ך־פּירושים פֿון סעדיה גאָון אויפֿן ייִדישן דיאַלעקט פֿון אַראַביש; אַ פֿריִער אומבאַקאַנטער ייִדיש־פּערסישער חומש־פּירוש.

לויט מיכאַיִל פּיאָטראָווסקי, דעם דירעקטאָר פֿונעם ערמיטאַזש, זענען באַזונדערס אינטערעסאַנט אַזעלכע פּשוטע דאָקומענטן, ווי פּערזענלעכע בריוו, געשעפֿט־קאָנטראַקטן, רשימות פֿון חובֿות, שטײַער־צעטלעך, וכּדומה. אַזעלכע טעקסטן גיבן אונדז אַ מעגלעכקייט זיך פֿאָרצושטעלן דאָס טאָגטעגלעכע לעבן פֿון די אָרטיקע תּושבֿים בכלל און ייִדן בפֿרט, צו רעקאָנסטרויִרן די „פֿאָלק־געשיכטע‟ פֿון דער אַמאָליקער קהילה אינעם דאָזיקן הײַנט טרויעריק־באַרימטן אָרט.

אין 2001, האָט דער טאַליבאַן אויפֿגעריסן אינעם באַמיאַנער טאָל צוויי ריזיקע סטאַטועס פֿון בודאַ, וועלכע זענען געווען אויסגעקריצט אויף דער זײַט פֿון אַ באַרג, 8,200 פֿוס איבערן ים־שפּיגל. איין סטאַטוע איז געווען 115 פֿוס די הייך, די צווייטע — 174 פֿוס. די מאָנומאַנטאַלע סקולפּטורן זענען געשאַפֿן געוואָרן צווישן דעם 3טן און 6טן יאָרהונדערט, ווען בודיזם איז געווען די הויפּט־רעליגיע אינעם לאַנד.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז דער עצם־פֿאַקט, אַז די ריזיקע סטאַטועס זענען אָפּגעשטאַנען אָנדערהאַלבן טויזנט יאָר, דווקא אַ קלאָרער סימן, אַז דער טאַליבאַן איז נישט אַ נאָרמאַטיווע פֿאָרעם פֿון איסלאַם, נאָר אַ זעלטענער יוצא־מן־הכּלל. ס׳רובֿ מוסולמענער אַרום דער וועלט, אַפֿילו אין דער קאָנסערוואַטיווער סאַודיע, באַטראַכטן דעם טאַליבאַן ווי אַ שעדלעכע אומטראַדיציאָנעלע סעקטע. אַ גאַנצע ריי איסלאַמישע דינאַסטיעס, וועלכע האָבן במשך פֿון דורות געהערשט אינעם ראַיאָן און רעפּרעזענטירט פֿאַרשיידענע רעליגיעזע שיטות, אָפֿט מאָל טאַקע באַטראַכטנדיק בודיזם ווי אַן עבֿודה־זרה, האָבן נישט צעשטערט די אוראַלטע בודיסטישע מאָנומענטן.

איראָניש, זענען דווקא נאָכן אויפֿרײַס פֿון די סטאַטועס אַנטדעקט געוואָרן 50 נײַע היילן אויפֿן זעלבן אָרט מיט אַ גאַנצער ריי פֿריִער אומבאַקאַנטע בודיסטישע קונסטווערק.

די אוראַלטע כּתבֿ־ידן אויף דער אויסשטעלונג זענען געווען באַגלייט מיט פֿאַרשיידענע חפֿצים פֿון די ערמיטאַזש־אוצרות, וואָס שטאַמען פֿון כאָראַסאַן. דאָס איז געווען זייער אַ געראָטענע המצאה, וואָס האָט דערמעגלעכט זיך פֿאָרצושטעלן מיט די אייגענע אויגן, אַז באַמיאַן, הײַנט אַסאָציִיִרט אין דער וועלט מיטן פֿאַנאַטישן איסלאַמיזם און עקסטרעמער אומטאָלעראַנץ, איז אַמאָל געווען נישט בלויז אַ גרויסער בודיסטישער צענטער, נאָר בכלל איינער פֿון די סאַמע מולטי־קולטורעלע און אַנטוויקלטע שטעט אין דער וועלט, וווּ ייִדן, מוסולמענער און קריסטן האָבן צוזאַמענגעלעבט בשלום.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.