Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

טשיקאַווע פּירושים פֿון די צען מכּותIntriguing commentary on the Ten Plagues

צוויי גאָר אַנדערע רבנים האָבן אַנטדעקט טיפֿע אינערלעכע סטרוקטורן אינעם סדר פֿון די מכּות־מצרים.

די עיקר־טעמע פֿון אונדזער פּרשה זענען די מכּות־מצרים. עס שפּירט זיך, אַז אין זייער דראַמאַטישן סדר שטעקט עפּעס אַ סטרוקטור, אַן אינערלעכע לאָגיק.

די הגדה, מיט איר סטרוקטורירטן כאַראַקטער, שטרײַכט עס אונטער. למשל, ווען מע ציילט איבער די צען מכּות, אָפּגיסנדיק בײַם דערמאָנען יעדע מכּה אַ טראָפּן פֿונעם כּוס, דערמאָנט מען, אַז רבי יהודה האָט געגעבן די מכּות געוויסע סימנים: דצ״ך עד״ש באח״ב.

אינעם פּשוטן זין זענען דאָס מנעמאָנישע ראָשי־תּיבות — אַ מיטל צו פֿאַרגעדענקען דעם סדר פֿון די מכּות. די מקובלים טײַטשן זיי אָבער אָפּ ווי אַ געהיימע רשימה פֿון מלאכי־חבלה, וועלכע האָבן אויסגעפֿירט יעדע מכּה. באַזונדערס באַקאַנט איז דער בריוו פֿון רבי שמשון אָסטראָפּאָלער, וווּ עס ווערט דערקלערט מיט מיסטישע מאַטעמאַטישע חשבונות, ווי אַזוי די דאָזיקע ראָשי־תּיבֿות זענען מרמז אויף קאָנקרעטע מחנות מלאָכים, וועלכע זענען אַראָפּגעקומען צו באַשטראָפֿן די מיצרים.

דעם הײַנטיקן ערבֿ־שבת פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿון אַן אַנדער באַרימטן רבֿ מיטן זעלבן נאָמען — רבי שמשון־רפֿאל הירש. אַ געבוירענער אין האַמבורג, אינעם יאָר 1808, האָט ער געשריבן זײַנע ספֿרים אויף דײַטשיש. זײַנע אייניקלעך האָבן זיי שפּעטער איבערגעזעצט אויף לשון־קודש.

אויפֿן ערשטן בליק, זענען שמשון אָסטראָפּאָלער און שמשון־רפֿאל הירש היפּוכדיקע פּערזענלעכקייטן. דער ערשטער איז געווען דער מחבר פֿון שטאַרק עסאָטערישע קבלה־ספֿרים, פֿול מיט מיסטישע חשבונות. דער צווייטער איז געווען אַ טיפּישער „יעקע‟, אַ וועלטלעך געבילדעטער דײַטשישער ייִד, פֿאַקטיש אַ מעסיקער משׂכיל, הגם צו דער רעפֿאָרם־באַוועגונג און צו עקסטרעמע פֿאָרמען פֿון השׂכּלה האָט ער זיך באַצויגן זייער נעגאַטיוו.

אין דער זעלבער צײַט, פֿילט זיך אין זײַנע ווערק אויך אַ נטיה צו זוכן מאַטעמאַטישע חשבונות און סטרוקטורן, נאָר באַגרינדעט אויף ראַציאָנעלע יסודות. ער באַמערקט אויך, אַז רבי יהודהס באַרימטע ראָשי־תּיבֿות קלינגען ווי עפּעס אַ באַהאַלטענער קאָד, און לייגט פֿאָר אַן אייגענעם פּירוש דערפֿון. ער באַמערקט, אַז די מכּות זענען אײַנגעטיילט אין דרײַפֿאַכע גרופּעס, ווײַל נאָך יעדע צוויי מכּות, וועגן וועלכע משה רבינו האָט געוואָרנט פּרעה, איז פּלוצעם געקומען נאָך אַ דריטע. אַזוי אַרום האָט דער אייבערשטער געוויזן, אַז נאָך אַ פּאָר וואָרענונגען און שטראָפֿן זאָל דער רשע זיך נישט חידושן, אויב ער קריגט אַן אַנדער עונש פֿאַר זײַנע מעשׂים־רעים.

פֿאַרוואָס זענען די מכּות אײַנגעטיילט דווקא אין דרײַ גרופּעס: דצ״ך עד״ש באח״ב? רבי שמשון־רפֿאל הירש דערקלערט, אַז דער גלות־מצרים איז באַשטאַנען פֿון דרײַ שטאַפּלען. קודם־כּל, זענען ייִדן — בײַם אָנהייב גוטע פֿרײַנד פֿון די מיצרים — פּלוצעם געוואָרן פֿון זיי אָפּגעפֿרעמדט. דערנאָך האָט פּרעה זיי פֿאַרשקלאַפֿט, אָבער געלאָזט ווי־ניט־איז לעבן. שפּעטער האָט ער זיי אָנגעהויבן מוטשען אויף אַכזריותדיקע און משונהדיקע אופֿנים. פּרטימדיק און שׂכלדיק, דערקלערט רבי שמשון־רפֿאל הירש, ווי אַזוי דער כאַראַקטער פֿון יעדער מכּה שטימט גענוי מיטן סדר פֿון בהדרגהדיקער פֿאַרשקלאַפֿונג פֿון ייִדן אין מצרים.

צום בײַשפּיל, ווען די מיצרים האָבן צוערשט סתּם אָפּגעפֿרעמדט ייִדן, האָבן זיי זיך געפֿילט זיכער אין זייער לאַנד. אַ דאַנק דער אַנטוויקלטער באַוואַסערונג אַרום דעם טײַך ניל, האָבן זיי זיך נישט געזאָרגט וועגן וואַסער און עסנוואַרג. האָט זיך זיי געדאַכט, אַז זיי קענען פֿרײַ בעל־הבתּעווען און דיסקרימינירן קעגן אַנדערע פֿעלקער. דערפֿאַר האָט דער באַשעפֿער, ווי די ערשטע מכּה, פֿאַרוואַנדלט זייער הויפּט־רעסורס פֿון לעבנס־זיכערקייט אין בלוט.

הרבֿ שמשון־רפֿאל הירש האָט געקענט קבלה — לכל־הפּחות, אין אַ געוויסער מאָס. אין זײַן ספֿר „חורבֿ‟ ציטירט ער כּסדר דעם זוהר. בדרך־כּלל, האָט אָבער זײַן נטיה צו מאַטעמאַטיש געשטימטע פּירושים אַן אייגנאַרטיקן, אוניקאַלן טעם. זײַענדיק טיף פֿאַרנומען מיט סאָציאַלע און עטישע פּראָבלעמען, האָט ער געגלייבט, אַז ווי באַלד אַלץ אין דער וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן לויט אַ באַשטימטער געטלעכער סכעמע, קומט די שטראָף פֿאַרן אומיושר אויף אַ סטרוקטורירטן, גענוי אויסגעמאָסטענעם אופֿן.

צום מערסטן בלײַבט הרבֿ שמשון־רפֿאל הירש באַקאַנט ווי דער גרינדער פֿון דער שיטה „תּורה מיט דרך־ארץ‟. ער האָט געהאַלטן, אַז כּדי צו זײַן אַ בעסערער ייִד איז נייטיק סײַ צו לערנען תּורה, סײַ צו זײַן באַקאַנט מיט דער וועלטלעכער קולטור. זײַן דרך האָט ממשותדיק משפּיע געווען אויף דער הײַנטיקער מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע. פֿאָרט, בלײַבט זײַן געדאַנקען־גאַנג אַן אוניקאַלער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version