באָריס סאַנדלער ווערט אַ בן־שיבֿעיםBoris Sandler turns 70
אַ בליק אויפֿן לעבן און די אויפֿטוען פֿונעם אָנגעזעענעם ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרווערטס.
דעם 6טן יאַנואַר האָט באָריס סאַנדלער, דער גרעסטער פּראָזאַיִקער אויף ייִדיש פֿונעם נאָכמלחדיקן דור און דער שעף־רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרווערטס במשך פֿון 18 יאָר, געפּראַוועט זײַן 70סטן געבוירן־טאָג.
וויל איך דאָ מאַכן אַ שהחינו און איבערגעבן דעם לייענער אַן איבערזיכט פֿון סאַנדלערס לעבן און אויפֿטוען ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכע פֿיגור און רעדאַקטאָר.
אַ געבוירענער אין בעלץ, מאָלדאָווע אין 1950, איז סאַנדלער אויפֿגעוואַקסן אין איינער פֿון די זעלטענע סבֿיבֿות אין מיזרח־אייראָפּע, וווּ דאָס ייִדישע לעבן איז, כאָטש אויף אַ קלענערן פֿאַרנעם, ווײַטער אָנגעגאַנגען נאָכן חורבן. אין בעלץ, און אין די אַנדערע שטעט און שטעטלעך פֿון בעסעראַביע, האָבן ייִדישע קינדער געבוירן נאָך דער מלחמה זיך געשפּילט צוזאַמען אויף מאַמע־לשון און אײַנגעזאַפּט אין זיך דעם רײַכן אָרטיקן ייִדישן לעבנסשטייגער צוזאַמען מיט דער מאַמעס מילך. ניט קיין חידוש, וואָס אַ סך פֿון סאַנדלערס דערציילונגען שילדערן זײַנע ערשטע יאָרן, ווען די בעלצער ייִדן האָבן געלעבט, מער ווייניקער ווי זיי האָבן געלעבט אין די פֿאַרמלחמהדיקע שטעטלעך, פֿון וואַנען זיי זענען געקומען.
אַזוי ווי אַ סך נאָכמלחמהדיקע בעסעראַבער ייִדישע קינדער, האָט מען דעם יונגן בערל דערמוטיקט צו שפּילן אַן אינסטרומענט. להיפּוך צו ס׳רובֿ פֿון זיי, אָבער, האָט סאַנדלער טאַקע געהאַט אַ גרויסן טאַלאַנט צו דעם, און האָט זיך געלערנט אין אַ ריי בכּבֿודיקע קאָנסערוואַטאָריעס.
נאָך זיבן יאָר אינעם מאָלדאַווישן מלוכישן אָרקעסטער, האָט סאַנדלער באַשלאָסן אָפּצושטעלן זײַן מוזיקאַלישע קאַריערע און שטודירן די ייִדישע ליטעראַטור. אין 1981 האָט מען אים אַרײַנגענומען אינעם מאָסקווער מלוכישן ליטעראַרישן אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון מאַקסים גאָרקי, וווּ ער, צוזאַמען מיט אַ גרופּע אַנדערע יונגע ייִדישע שרײַבער, זענען געווען די ערשטע צו שטודירן ייִדיש אין אַן עליטאַרער סאָוועטישער לערן־אַנשטאַלט זינט סטאַלין האָט ליקווידירט די ייִדישע קולטור אין די סוף 1940ער יאָרן. צו יענער צײַט איז ער אויך געוואָרן אַ מיטאַרבעטער אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש־היימלאַנד‟. זײַן ערשט בוך, „טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס‟, איז אַרויס אין 1986.
אַז עס זענען געקומען די „פּערעסטרויקע‟־יאָרן און דאָס ייִדישע לעבן אין מאָלדאָווע האָט אויפֿגעבליט, איז סאַנדלער געוואָרן אַ וויכטיקער טוער אויף דער ייִדישער גאַס. צווישן אַנדערע ראָלעס האָט ער אָנגעפֿירט מיטן מלוכישן ייִדישן קאָמיטעט; געגרינדעט אַ וועכנטלעכע טעלעוויזיע־פּראָגראַם אויף מאַמע־לשון, „די ייִדישע גאַס‟, און רעדאַקטירט די ייִדישע אָפּטיילונג פֿון דער קעשענעווער צײַטונג „אונדזער קול‟. פֿאַרשטייענדיק גוט, אַז ס׳רובֿ בעסעראַבער ייִדן וועלן באַלד עולה זײַן קיין ישׂראל, האָט ער צו דער זעלביקער צײַט געשאַפֿן צוויי דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן דעם ייִדישן לעבן אין לאַנד, זיי זאָלן בלײַבן ווי אַן אָנדענק פֿון דער בעסעראַבער ייִדישער קולטור.
נאָך דעם וואָס סאַנדלער האָט אין 1992 זיך אַליין באַזעצט אין דער ייִדישער מדינה, האָט ער אָנגעפֿירט מיטן פֿאַרלאַג בײַם „לייוויק־הויז‟, מיטגעאַרבעט אין אַ ריי אַקאַדעמישע פּראָיעקטן פֿאַרבונדן מיט ייִדיש בײַם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ און געגרינדעט און רעדאַקטירט דעם זשורנאַל „קינד און קייט‟. סאַנדלער האָט גוט פֿאַרשטאַנען, אַז ער געפֿינט זיך אין אַן אוניקאַלער סבֿיבֿה, וווּ צענדליקער ייִדישע שרײַבער פֿונעם עלטערן דור טרעפֿן זיך רעגלמעסיק בײַם אָרטיקן פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער — „לייוויק־הויז‟. האָט ער לאַנצירט אַ פּראָיעקט צו אינטערוויויִרן די שרײַבער כּדי צו דאָקומענטירן זייער לעבן און שאַפֿן. זײַנע אינטערוויוען זענען שפּעטער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין דער סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבער‟, וואָס דער פֿאָרווערטס האָט קודם אַרויסגעלאָזט ווי „די־ווי־דיס‟ און שפּעטער געשטעלט אויף „יוטוב‟..
ווען שמואל נאָריך, דער דעמאָלטיקער פֿאַרלעגער פֿונעם פֿאָרווערטס, האָט אָנגעשטעלט באָריס סאַנדלער אין 1998 ווי אַ מיטאַרבעטער אין דער צײַטונג, איז עס מרדכי שטריגלערן, דעם לאַנגיאָריקן רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרווערטס, גאָרניט געפֿעלן, וואָס מע וויל אויסשולן עמעצן אים צו פֿאַרטרעטן. אַזוי ווי אַ סך מענטשן אויף דער ייִדישער גאַס צו יענער צײַט האָט שטריגלער געהאַלטן פֿון דער שיטה „נאָך מיר — דער מבול‟, — דאָס הייסט, מע האָט ניט געוואָלט פּלאַנירן אויף קיין מאָרגן.
אַז שטריגלער איז פּלוצלינג אַוועק מיט זעקס חדשים שפּעטער, האָבן ס׳רובֿ מענטשן אויף דער ייִדישער גאַס געהאַלטן, אַז די צײַטונג וועט זיך שליסן. ס׳איז אָבער געווען פֿאַרקערט — אונטער סאַנדלערס פֿירערשאַפֿט האָט דער פֿאָרווערטס דורכגעמאַכט אַ רענעסאַנס. מע האָט אָנגעשטעלט אַ ריי ייִנגערע מיטאַרבעטער און געדרוקט אַרטיקלען פֿון צענדליקער שרײַבער פֿון פֿינף קאָנטינענטן. מע האָט מאָדערניזירט דעם אינהאַלט פֿון דער צײַטונג, לייגנדיק דעם טראָפּ אויף קולטורעלע אַרטיקלען און אָריגינעלע באַריכטן אַנשטאָט איבערזעצונגען פֿון פּאָליטישע ידיעות פֿון דער וועלטפּרעסע. סאַנדלער האָט אויך באַנײַט די פֿאָרווערטס ראַדיאָ־אוידיציעס, געשטעלט דער צײַטונגס אַרטיקלען אויף דער אינטערנעץ און געשאַפֿן ווידעאָס פֿאַר דער פֿאָרווערטס־וועבזײַט, וואָס האָבן צוגעצויגן אַ ריזיקן עולם, וואָס, אַ דאַנק די ענגלישע אונטערקעפּלעך, דאַרף מען ניט קענען קיין ייִדיש צו געניסן פֿון זיי. אין אַ צײַט ווען כּמעט אַלע האָבן שוין געהאַט געזאָגט אַ הספּד אויף דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט ער ניט בלויז געדרוקט אינעם פֿאָרווערטס זײַנע אייגענע דערציילונגען און ראָמאַנען אין המשכים, נאָר אויך רעדאַקטירט און געדרוקט נײַע ווערק פֿון עטלעכע דורות ייִדישע שרײַבער, צווישן זיי —בכּבֿודיקע שרײַבער וואָס זענען געבוירן געוואָרן בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.
נאָך זײַן פּענסיאָנירן זיך אין 2016 האָט סאַנדלער רעדאַקטירט און אַרויסגעגעבן ביכער פֿון עטלעכע יונגע שרײַבער, אַרײַנגערעכנט עמיל קאַלין, יעווגעני קיסין און בערל קאָטלערמאַן. זײַן אַנומלטיקע זאַמלונג, „אַנטיקלעך פֿונעם סאַקוואָיאַזש‟, איז אַרויס אין סעפּטעמבער 2019.
מיר ווינטשן באָריס סאַנדלערן אַ האַרציקן מזל־טובֿ און נאָך אַ סך שעפֿערישע יאָרן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO