פּיעסעס פֿון חנוך לעווין בײַם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟Plays by Hanoch Levin at the New Yiddish Rep
די טרופּע וועט אויפֿפֿירן צוויי דראַמעס פֿונעם קאָנטראָווערסיעלן דראַמאַטורג אויף ייִדיש.
שוין עטלעכע יאָר האַלט דער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ אין איין אינסצענירן פּאָליטישע און אַוואַנגאַרדישע פּיעסעס פֿון דער וועלט־ליטעראַטור אויף ייִדיש. במשך פֿון יאַנואַר און פֿעברואַר 2020 וועט די טרופּע פֿאָרשטעלן צוויי פּיעסעס פֿונעם ישׂראלדיקן דראַמאַטורג, חנוך לעווין. ביידע פּיעסעס האָט די טרופּע אויפֿגעפֿירט מיט צוויי יאָר צוריק.
די צוויי פּיעסעס, „די אַרבעט פֿונעם לעבן‟ און „די זונה פֿון אָהײַאָ‟ וועלן, אַזוי ווי דאס לעצטע מאָל, פֿאָרגעשטעלט ווערן אויף ייִדיש לויט דער איבערזעצונג פֿון אלי ראָזען, וואָס האָט פֿריִער איבערגעזעצט עזשען יאָנעסקוס׳ דראַמע „נאָזהאָרן‟ פֿאַר דער טרופּע.
עס וועלן אויפֿטרעטן אין „די אַרבעט פֿון לעבן‟ די אַקטיאָרן רונית אשרי, געראַ סאַנדלער און דוד מאַנדעלבאַום. אין „די זונה פֿון אָהײַאָ‟ וועלן אויפֿטרעטן דוד מאַנדעלבאַום, מלכּי גאָלדמאַן און אלי ראָזען.
„די אַרבעט פֿון לעבן‟ וועט מען פֿאָרשטעלן פֿרײַטיק, דעם 17טן יאַנואַר, שבת דעם 18טן יאַנואַר, פֿרײַטיק דעם 24סטן יאַנואַר און שבת, דעם 25סטן יאַנואַר, 7:30 אין אָוונט בײַם „ראָזע און צירוס פֿעלדמאַן־סטודיאָ‟ אויף דער 39סטער גאַס אין מאַנהעטן. צוויי נאָכמיטאָגדיקע פֿאָרשטעלונגען וועלן אויך פֿאָרקומען דרײַ אַ זייגער זונטיק, דעם 19טן יאַנואַר און זונטיק, דעם 26טן יאַנואַר.
„די זונה פֿון אָהײַאָ‟ וועט מען פֿאָרשטעלן מיטוואָך, דעם 19טן פֿעברואַר ביז שבת דעם 22סטן פֿעברואַר, זיבן דרײַסיק אין אָוונט, ווי אויך זונטיק, דעם 22סטן פֿעבוראַר און מאָנטיק, דעם 23סטן פֿעברואַר, דרײַ אַ זייגער נאָך מיטאָג, בײַם „טעאַטער פֿאַר דער נײַער שטאָט‟ (155 ערשטער עוועניו).
נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי צו באַשטעלן בילעטן, קוועטשט דאָ.
חנוך לעווין ווערט געהאַלטן פֿאַר איינעם פֿון די וויכטיקסטע דראַמאַטורגן אין דער ישׂראלדיקער געשיכטע. אַ געבוירענער אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1943 בײַ עלטערן פֿון לאָדזש, האָבן זײַנע 55 פּיעסעס אַרויסגערופֿן לויב בײַ די ישׂראלדיקע קריטיקער, אָבער אויך געשאַפֿן אַ סך קאָנטראָווערסיע און זענען אַפֿילו פֿון צײַט צו צײַט צענזורירט אָדער אין גאַנצן פֿאַרווערט געוואָרן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO