עליסאַ בן־פּורת און נעמי זײַדמאַן — לאַורעאַטן פֿון די „אַמעריקאַנער ייִדישע ביכער־פּרעמיעס‟Elissa Bemporad and Naomi Seidman winners of National Jewish Book Awards
איין בוך דערציילט וועגן די בלוט־בילבולים אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דאָס צווייטע — וועגן דער געשיכטע פֿון די בית־יעקבֿ שולן.
צווישן די לאַורעאַטן פֿון די הײַיאָריקע „אַמעריקאַנער ייִדישע ביכער־פּרעמיעס‟ געפֿינען זיך צוויי פּראָפֿעסאָרן, וועמענס אַרבעט און פֿאָרשונג איז שוין באַקאַנט דעם פֿאָרווערטס־לייענער: ד׳׳ר עליסאַ בן־פּורת (קווינס־קאָלעדזש) און ד׳׳ר נעמי זײַדמאַן (טאָראָנטער אוניווערסיטעט).
ד׳׳ר בן־פּורת בוך, „אַ ירושה פֿון בלוט: ייִדן, פּאָגראָמען און ריטועלן מאָרד אינעם לאַנד פֿון די סאָוועטן‟, האָט מען אויסגעקליבן אויפֿן ערשטן אָרט אין דער קאַטעגאָריע „מאָדערנע ייִדישע געדאַנקען און איבערלעבונגען‟. דאָס בוך שילדערט ווי אַזוי די סאָוועטישע ייִדן האָבן באַטראַכט די בלוט־בילבולים און אַנדערע אַנטיסעמיטישע קאָנספּיראַציעס און ווי אַזוי דער אָנדענק פֿון יענע געשעענישן אין די צאַרישע צײַטן האָבן געווירקט אויף זייער פֿאַרשטאַנד פֿונעם סאָוועטישן אַנטיסעמיטיזם.
ד׳׳ר נעמי זײַדמאַן האָט געוווּנען אויפֿן ערשטן אָרט אין דער קאַטעגאָריע „פֿאָרשונגען וועגן פֿרויען‟ און איז געווען אַ פֿינאַליסטקע אין דער קאַטעגאָריע „דערציִונג, און ייִדישע אידענטיטעט‟ פֿאַר איר בוך, „שׂרה שענירער און די בית־יעקבֿ־באַוועגונג‟, וואָס שילדערט ווי אַזוי די אָרטאָדאָקסישע שולן פֿאַר מיידלעך האָבן משפּיע געווען אויף צוויי דורות פּוילישע ייִדן. אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן די „בית־יעקבֿ‟־שולן, באַזירט אויף ד׳׳ר זײַדמאַנס פֿאָרשאַרבעט, אַרײַנגערעכנט נומערן פֿון דער באַוועגונגס ייִדיש־שפּראַכיקן זשורנאַל, קען מען לייענען דאָ.
אַחוץ די צוויי געווינער האָבן די זשוריען אויסגעקליבן צוויי ביכער וועגן דער ייִדישער קולטור ווי פֿינאַליסטן. אין דער קאַטעגאָריע „חורבן־פֿאָרשונג‟, האָט מען אויסגעקליבן מאַרק ל. סמיטס בוך „די ייִדיש־שפּראַכיקע היסטאָריקער און דאָס געראַנגל פֿאַר אַ ייִדישער געשיכטע פֿונעם חורבן‟ צווישן די בעסטע פֿאָרשאַרבעטן פֿון יאָר. און אין דער קאַטעגאָריע „פֿאָרשונג‟ (Scholarship) האָט מען אָנערקענט ד׳׳ר אַליסאַ קווינטס בוך „דער אויפֿקום פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער‟.
די „אַמעריקאַנער ייִדישע ביכער־פּרעמיעס‟ וועלן צוגעטיילט ווערן אויף אַ צערעמאָניע אין מאַנהעטן דינסטיק, דעם 17טן מאַרץ. נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://e.givesmart.com/events/emX/.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO