Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿאַר וואָס מע מוז לייענען די ליטעראַטור געשאַפֿן אין געטאָ און אין לאַגערWhy we need to read the literature created in the ghettos and concentration camps

די נײַע זאַמלונג פֿון דעם מחבר נעמט אַרײַן ווערק פֿון יצחק קאַצענעלסאָן, אַבֿרהם סוצקעווער און ישעיה שפּיגל.

ס׳איז לעצטנס דערשינען צום ערשטן מאָל מײַנער אַ בוך וואָס איך האָב אָנגעשריבן מיט 42 יאָר צוריק. אויף אַזאַ בוך האָב איך געאַרבעט זיבן יאָר — כּמעט דרײַ יאָר האָב איך צונויפֿגעזאַמלט די מאַטעריאַלן פֿאַר אַזאַ פֿאָרשאַרבעט, און במשך פֿיר יאָר האָב איך אָנגעשריבן מײַן דיסערטאַציע וועגן דער ליטעראַרישער רעאַקציע וואָס ייִדן אין די געטאָס און לאַגערן האָבן אָנגעשריבן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

Image by Yechiel Szeintuch

ביזן יאָר 1978 האָט די ייִדישע וועלט קיין אַנונג נישט געהאַט וועגן דער ליטעראַרישער און קולטור־שעפֿערישקייט פֿון ייִדן אין די נאַצי־געטאָס און לאַגערן. אויך איך האָב ביזן יאָר 1971 נישט געוווּסט וואָס פֿאַר אַ שוועריקייטן דערוואַרטן מיר.

אין העברעיִשן אוניווערסיטעט און אין דער גאָרער וועלט, האָבן נישט עקסיסטירט קיין קורסן וועגן אינערלעכן לעבן פֿון ייִדן אין די געטאָס און לאַגערן. איינער פֿון מײַנע לערערס בעת מײַנע לימודים אין אָפּטייל פֿון הײַנטצײַטיקן ייִדנטום — ד״ר שאול אש [אייש] — האָט געלערנט מיט אונדז קורסן וועגן דער אומקום־תּקופֿה בלויז פֿון דער פּערספּעקטיוו, וואָס האָבן די דײַטשן געטאָן צו די ייִדן אין דײַטשלאַנד און מזרח־אייראָפּע. ד״ר שאול אש, אַליין אַ געבוירענער אין יאָר 1921 אין דײַטשלאַנד, איינער פֿון די ערשטע פֿאָרשערס פֿון אומקום, איז אין יאָר 1968 יונגערהייט אומגעקומען אין אַן אויטאָמאָביל־אַקצידענט, פֿירנדיק אַן אויטאָ צו אַ רואָרט וווּ ער האָט געזאָלט צוגרייטן אַ רעפֿעראַט פֿאַרן ייִוואָ־אינסטיטוט אין ניו־יאָרק. ער האָט דאָרט געזאָלט פֿאָרלייגן אַ נאָוואַטאָרישן פֿאָרשפּרויעקט וועגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון ייִדן אין די געטאָס און לאַגערן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

דער ערשטער אוניווערסיטעט־קורס אין ירושלים וועגן אינערלעכן לעבן פֿון ייִדן אין די געטאָס און לאַגערן, האָט געלערנט מיט אונדז ד״ר יהודה באואר (אים צו לאַנגע יאָר) אין יאָר 1972. אין יענע יאָרן איז געווען אָנגענומען אַז ייִדן זענען געפֿירט געוואָרן צום טויט ווי שאָף צו דער שחיטה.

געלערנט האָב איך פֿריִער מײַנע לימודים כּדי צו באַקומען אַ מאַגיסטער, און ווען איך האָב באַדאַרפֿט אויסקלײַבן אַ טעמע פֿאַר מײַן מאַגיסטער־טעזע צווישן די יאָרן 1965 און 1970, איז די טעמע, דאָס אינערלעכע לעבן פֿון די ייִדן אונטער די נאַציס, נאָך נישט געדעקט געוואָרן אין די קורסן אָדער פֿאָרשאַרבעטן. האָב איך באַשלאָסן אַז מײַן טעזע זאָל זײַן וועגן דער ייִדישער ליטעראַרור געשאַפֿן אין אַרגענטינע.

דער ערשטער קורס אין העברעיִשן אוניווערסיטעט וועגן ייִדן בעתן אומקום איז געגעבן געוואָרן בײַם ייִדיש־אָפּטייל, אין יאָר 1968, דורך פּראָפֿ׳ חנא שמערוק וועלכער האָט אָפּגעגעבן אַ גאַנצן זמן צו באַטראַכטן די פּראָבלעמאַטיק פֿון דעם ליטעראַרישן שאַפֿן אין די געטאָס און לאַגערן.

פּראָפֿ׳ חנא שמערוק, אַ געבוירענער אין וואַרשע אין זעלבן יאָר ווי ד״ר שאול אש, איז געווען טיף פֿאַרבונדן מיטן גורל פֿון די ייִדן אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט. אין 1984 האָב איך, בעת אַ באַזוך מיט אים און די אַנדערע תּלמידים אין טרעבלינקע, צום ערשטן מאָל געזען ווי פּראָפֿ׳ שמערוק וויינט אויפֿן גורל פֿון זײַן שוועסטער וואָס די דײַטשן האָבן אומגעבראַכט אין יענעם אומברענג־לאַגער.

הכּלל, אין יאָר 1965 האָט פּראָפֿ׳ שמערוק אָרגאַניזירט אַ טרעפֿונג צווישן סטודענטן און לערער פֿון העברעיִדשן אוניווערסיטעט, מיט די אָנפֿירער פֿון קיבוץ לוחמי הגטאות [קיבוץ לזכּרון די געטאָ־קעמפֿער]: יצחק צוקערמאַן, דער גרינדער פֿון דעם אַרכיוו און דעם מוזיי אין קיבוץ, און צבֿי שנער, דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון מוזיי און אַרכיוו. מיר האָבן געוווּסט אַז פּראָפֿ׳ שמערוק פֿלעג, צוזאַמען מיט יצחק צוקערמאַן און צבֿי שנער, אָפּזיצן גאַנצענע שעהען און טעג מיט אַ גלעזעלע סליוואָוויץ אָדער מאַשקע, דעשיפֿרירנדיק יצחק קאַצענעלסאָנס געראַטעוועטע כּתבֿ־ידן פֿון וואַרשעווער געטאָ.

אין אַרכיוו פֿון בית לוחמי הגטאות אויפֿן נאָמען פֿון יצחק קאַצענעלסאָן, האָבן זיך געפֿונען ס׳רובֿ אָפּגעראַטעוועטע כּתבֿ־ידן פֿון יצחק קאַצענעלסאָן אויף ייִדיש. בעת יענער טרעפֿונג מיט די אָנפֿירער פֿון בית לוחמי הגטאות, איז פֿאָרגעקומען אַן אינטערעסאַנטע זאַך:

נאָך אַ גאַנצן טאָג פֿון רעפֿעראַטן וועגן וואַרשעווער געטאָ, וועגן דעם אויפֿשטאַנד און דער אומקום־תּקופֿה בכלל, האָט צבֿי שנער אין אָוונט געגעבן אַן איבערזיכט פֿון דער טרעפֿונג, זאָגנדיק: „בית לוחמי הגטאות, געגרינדעט אין יאָר 1949, גיט אַרויס די כּתבֿים פֿון יצחק קאַצענעלסאָן, דער עיקר אין אַ העברעיִשער איבערזעצונג. מיר האָפֿן אַז עמעצער פֿון די תּלמידים פֿון ייִדיש־אָפּטייל אין העברעיִשן אוניווערסיטעט וועט אין דער צוקונפֿט זיך אָפּגעבן מיט אַן אויסגאַבע פֿון די אָריגינעלע געטאָ־שריפֿטן פֿון יצחק קאַצענעלסאָן געשריבן אויף ייִדיש, לויט די מאַנוסקריפּטן וואָס געפֿינען זיך אין בית לוחמי הגטאות.‟

דעמאָלט בין איך געווען אַ תּלמיד בײַם אָנהייב פֿון די מאַגיסטער־לימודים. ערשט אין יאָר 1971 האָט פּראָפֿ׳ שמערוק מיר אַ פֿרעג געטאָן, צי בין איך גרייט אָנצושרײַבן אַ דאָקטאָראַט וועגן דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור געשאַפֿן אין די געטאָס און לאַגערן.

יענער וויזיט אין בית לוחמי הגטאות, איז, פֿאַר אונדז תּלמידים, געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס מיר האָבן זיך געטראָפֿן מיט איינעם פֿון די לעגענדאַרע אָנפֿירער פֿון ייִדישן באַוואָפֿנטן ווידערשטאַנד אין וואַרשע — יצחק צוקערמאַן, וועלכער האָט אונדז פּרטימדיק דערקלערט, מיט דער הילף פֿון אַ מאַקעט פֿון וואַרשאַווער געטאָ, מיט אַלע אירע גאַסן און געסלעך, די געשיכטע פֿונעם ייִדישן אויפֿשטאַנד.

יענער וויזיט האָט געהאַט אויף מיר אַ שטאַרקע השפּעה ווײַל צווישן 1965 און 1967 האָט „בית לוחמי הגטאות‟ מיר געבעטן איך זאָל דעשיפֿרירן דעם ייִדישן כּתבֿ־יד וואָס דער 15־יעריקער יצחק רודאַשעווסקי האָט אָנגעשריבן אין ווילנער געטאָ.

ווען פּראָפֿ׳ שמערוק האָט מיר פֿאָרגעלייגט שרײַבן אַ דיסערטאַציע וועגן דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור געשריבן אין די געטאָס און לאַגערן, האָב איך שוין געוווּסט אַז דאָס איז אַ טעמע וואָס דאַרף ערשט אויסגעפֿאָרשט ווערן, ווײַל קיינער האָט נאָך נישט מיט דעם זיך סיסטעמאַטיש פֿאַרנומען. פֿון אַ מעטאָדאָלאָגישן קוקווינקל האָט אַזאַ חיבר געדאַרפֿט זיך שטיצן בלויז אויף אויטענטישע כּתבֿ־ידן געשריבן אין די געטאָס און לאַגערן. משה זוך מיר! ביז 1971 זענען טאַקע דערשינען אין דרוק אַ סך ליטעראַרישע טעקסטן מיט דאַטעס פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, און מע האָט אונדז פֿאַרזיכערט אַז אַזוינע טעקסטן געהערן צו דער אויטענטישער אומקום־ליטעראַטור. אָבער דערנאָך האָט מען זיך געכאַפּט אַז אויב מע וויל טאַקע פֿאַרשטיין ווי אַזוי האָבן די שרײַבער און מחברים אין די געטאָס און לאַגערן רעאַגירט, מוז מען אויסזוכן די אויטענטישע כּתבֿ־ידן, ווײַל די געדרוקטע טעקסטן זענען נישט באַגלייבטע עדות.

ווי אַ תּלמיד פֿון פּראָפֿ׳ שמערוק, האָב איך געהאַט אַ פֿולן צוטרוי צו אים, און איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז זיך אַרײַנלאָזן אין אַ דיסערטאַציע וועגן דער ייִדישער און העברעיִשיר ליטעראַטור אין די געטאָס און לאַגערן, איז פֿון איין זײַט — אַ האַרבער עסק, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט — אַ וויכטיקע היסטאָרישע און קולטורעלע אויפֿגאַבע. אַ דאַנק פּראָפֿ׳ שמערוקן האָב איך זיך באַקענט פֿון דער נאָענט מיט דעם פֿענאָמען וואָס מע קען אָנרופֿן: דער ווידערשטאַנד פֿון ייִדישן גײַסט וויז־אַ־ווי די מענטשלעכע נאַצי־רשעות.

מיר, די געראַטעוועטע פֿון אומקום; מיר, וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן מחוץ אייראָפּע אָדער נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, און אונדזערע קינדער — וועלן קיין מאָל נישט האָבן קיין אַנונג וועגן דעם וואָס עס מיינט אַ מענטשלעכע רשעות פֿון אַ נאַצי־דײַטש, אָדער זײַנס גלײַכן, סײַדן מיר וועלן פּרוּוון זיך פֿאַרטיפֿן — נישט נאָר אין דער נאַצי־געשיכטע, נאָר אויך אין דעם גײַסטיקן ווידערשטאַנד פֿון אירע קרבנות.

במשך 42 יאָר, זענען צוויי עקזעמפּלאַרן פֿון מײַן דיסערטאַציע אָפּגעלעגן אין די פֿינצטערע קעלערן פֿון אַ נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק. מיין איך אַז עס איז געקומען די צײַט צו באַקענען דעם פֿאַראינטערעסירטן לייענער סײַ מיט דער פּראָבלעמאַטיק ווי אַזוי צו דערגיין צום אויטענטישן קול פֿון די ייִדישע שרײַבער אין די געטאָס און לאָגערן, און סײַ צו באַשרײַבן פֿאַרן לייענער, מיט וועלכע גײַסטיקע כּוחות זענען זיי געגאַנגען צום טויט אָדער אַפֿילו זיך געראַטעוועט.

דאָס בוך פֿאַרנעמט זיך טאַקע מיטן פֿענאָמען פֿון ייִדן יונג און אַלט וואָס שרײַבן פּנים־אל־פּנים מיטן טויט. אין צענטער פֿון דאָקטאָראַט פֿאַרנעם איך זיך מיט אַן אויספֿירלעכן אַנאַליז פֿון די לעצטע כּתבֿים פֿון יצחק קאַצענעלסאָן — דער וויכטיקסטער און הײַנט ווייניק באַקאַנטער פּאָעט און שרײַבער, וועלכער האָט געשריבן איו וואַרשעווער געטאָ, דער עיקר אויף ייִדיש, און אין לאַגער וויטעל — דער עיקר אויף העברעיִש. אין בוך ווערן אויך אַנאַליזירט די שריפֿטן פֿון אַבֿרהם סוצקעווער אין ווילנער געטאָ און די שריפֿטן פֿון ישעיהו שפּיגל אין לאָדזשער געטאָ, אויפֿן סמך פֿון די אָפּגעראַטעוועטע אויטענטישע כּתבֿ־ידן וועלכע סוצקעווער און שפּיגל האָבן מיר געגעבן. 42 יאָר זענען אַריבער זינט מײַן בוך איז אָנגעשריבן געוואָרן. זינט דעמאָלט האָב איך אַליין אַרויסגעגעבן אַ פּאָר ביכער וועגן אָט דער טעמע, און אַנדערע פֿאָרשער האָבן צוגעלייגט זייער בײַטראָג, אָבער מײַן ערשטיקע פֿאָרשאַרבעט, וויל איך גלייבן, האָט ביז הײַנט אַ האַפֿט.

די ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטור געשאַפֿן בעתן אומקום איז ווײַט פֿון ווערן אויסגעשעפּט. ווי איך האָב שוין אַמאָל אָנגעוויזן, עקסיסטירן 40 בענד וועלכע דאָקומענטירן די פּשעים פֿונעם נאַצי־רעזשים בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה (דער נירנבערג־פּראָצעס). לויט מײַן מיינונג דאַרף און קען דאָס ייִדישע פֿאָלק אַוועקשטעלן אין ביבליאָטעקן לכל־הפּחות 40 בענדער פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור געשריבן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אין די געטאָס און לאַגערן. אָבער די וואָס וואָלטן באַדאַרפֿט טאָן אַזאַ מינימאַלע אויפֿגאַבע, צום באַדויערן, מאַכן זיך תּמעוואַטע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version