ווידעאָ: יעזוס טרעפֿט משיחןWATCH: When Jesus meets the Jewish Messiah
דער קריסטלעכער אויסלייזער און דער משיח כאַפּן אַ שמועס נאָך דעם וואָס יעזוס קומט אַראָפּ פֿונעם צלם.
לעצטנס האָט אסתּרס קאַבאַרעט בײַם „בית־שלום־עליכם‟ פֿאָרגעשטעלט אַ סעריע סקיצעס און לידער פֿאַרבונדן מיט דער טעמע „נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן‟, דאָס הייסט, גײַסטיקע אויסלייזער אינעם ייִדישן טעאַטער.
אין צוזאַמענהאַנג מיט דער טעמע האָט מען געשטעלט יעד בירנס סקיצע „משיח און יעזוס בײַ די טויערן פֿון רוים‟, וואָס ער האָט געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון שלום אַשעס קאָנטראָווערסיעלער דערציילונג „אין אַ קאַרנאַוואַל־נאַכט‟. כאָטש אַשעס דערציילונג איז אַן ערנסטער פּרוּוו צו נוצן יעזוס ווי אַ סימבאָל פֿאַר דער אונטערדריקונג פֿון די אייראָפּעיִשע ייִדן, איז די דאָזיקע סקיצע, מיט אמיתי קדר (יעזוס) און מענדי כּהנא (משיח), גיכער אַ קאָמעדיע. אסתּי ניסים, וואָס האָט רעזשיסירט די סצענע, באַווײַזט זיך פּלוצלינג בײַם סוף אין דער סוררעאַליסטישער סצענע ווי אַ קראַנקן־שוועסטער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO