Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אפֿרים און מנשה — אַ מוסטער פֿאַר אַלע דורותEphraim and Menashe – role models for all generations

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט קלאָר פֿאַר וואָס די צוויי ברידער ווערן דערמאָנט בײַם בענטשן די זין פֿרײַטיק־צו־נאַכטס.

די פּרשה פֿון דער װאָך, ויחי, איז די לעצטע פּרשה פֿון ספֿר בראשית. עס איז דער הויכפּונקט פֿון דער גאַנצער סאַגע פֿון יוסף הצדיק און זײַנע ברידער; אָדער אפֿשר פֿון די מעשׂיות פֿון די דרײַ אָבֿות; אָדער אפֿשר טאַקע פֿון דער גאַנצער מענטשן־געשיכטע ביז יענעם מאָמענט. װאָס הײסט? טאַקע די גאַנצע מענטשן־געשיכטע דערגרײכט אַ שפּיץ אין דער הײַנטיקער פּרשה? װי קען דאָס זײַן?

לאָמיר צו ערשט געבן אַ קוק אױף װאָס געשעט בײַם אָנהײב פֿון דער פּרשה. יעקבֿ אָבֿינו האַלט בײַם שטאַרבן, רופֿט ער צו זײַן באַליבטסטן זון יוסף מיט זײַנע צװײ אײניקלעך, אפֿרים און מנשה. ער פֿאַרענטפֿערט זיך פֿאַר יוספֿן װאָס ער האָט באַגראָבן זײַן באַליבטע װײַב רחלען אין בית לחם אָנשטאָט אין מערת־המכפּלה, דערנאָך נעמט ער בענטשן אפֿרימען און מנשהן. יוסף פֿירט די צװײ זין צו צום זיידן אַזױ אַז מנשה, דער עלטערער, שטײט אונטער יעקבֿס רעכטער האַנט, בשעת אפֿרים, דער ייִנגערער, שטײט אונטער זײַן לינקער האַנט. װאָס טוט יעקבֿ? ער פֿאַרלײגט די הענט אַזױ אַז די רעכטע האַנט זאָל זײַן איבערן ייִנגערן זון, אפֿרים. זײער מאָדנע. נאָר װען מיר קוקן אױף צוריק, נישט נאָר אױף יעקבֿס לעבן, נישט נאָר אױפֿן לעבן פֿון די אָבֿות, נאָר אױף דער גאַנצער מענטשן־געשיכטע, קען מען פֿאַרשטײן װאָס ס׳טוט זיך.

די ערשטע פּאָר ברידער איז קין און הבֿל. זײ זענען נישט געװען זײער נאָענט; פֿאַרקערט, קין האָט דערהרגעט הבֿלען. די ערשטע ברידער האָבן געשטעלט אַ פּרעצעדענט פֿון ברידער װאָס קריגן זיך, שלאָגן זיך, פּרוּװן הרגענען אײנער דעם צװײטן — מיט אײן װאָרט, זיי קאָנקורירן איינער מיטן צווייטן. והאָ־ראַיה, אַבֿרהם אָבֿינו האָט צװײ זין, און דער עלטערער (ישמעאל) פּרוּװט (לױטן מדרש) דערהרגענען דעם ייִנגערן (יצחק), און װערט דעריבער פֿאַרשיקט (לױטן פּשט). יצחק האָט צװײ זין, און דער ייִנגערער (יעקבֿ) נאַרט אָפּ און באַרױבט דעם עלטערן (עשׂו), און דערפֿאַר פּרװוּט עשׂו דערהרגענען יעקבֿן. יעקבֿ האָט צװעלף זין, און די עלטערע צען האָבן פֿײַנט יוספֿן, װאַרפֿן זײ אים אין אַ גרוב און פֿאַרקױפֿן אים פֿאַר אַ שקלאַף. מ׳געפֿינט נישט קײן אײן משל פֿון ברידער װאָס האָבן זיך ליב במשך די ערשטע עלעף פּרשיות אין בראשית.

קומען מיר צוריק צו יעקבֿ װי ער ליגט אױפֿן טױטבעט. ער זעט פֿאַר אים צװײ ברידער, און נעמט אָן אַז אױך בײַ זײ װעט זײַן אַזאַ קאַמף, אַ קאָנקורענץ. ער נעמט אָן אַז װי בײַ אים, און װי בײַ זײַן טאַטן, װעט דער ייִנגערער זון מנצח זײַן. פֿאַרלײגט ער די הענט כּדי צו געבן די ברכה פֿונעם בכור צום ייִנגערן. צוליב דעם װאָלט בכלל נישט געווען קיין חידוש ווען ס׳וואָלט אויסגעבראָכן אַ געשלעג, אַ קריגערײַ צװישן אפֿרים און מנשה, אַזױ װי ס׳איז געשען װען יעקבֿ האָט געגנבֿעט די ברכה בײַ עשׂון. נאָר װאָס דען — מ׳זעט גאָרנישט. די תּורה דערמאָנט נישט קײן װאָרט פֿון שׂינאה אָדער קינאה צװישן די צװײ ברידער. זײ האָבן זיך װײַטער ליב װי פֿריִער. און דערפֿאַר רעפּרעזענטירן זיי אַ נײַעם מוסטער פֿון ברידערשאַפֿט.

און איצט פֿאַרשטײען מיר פֿאַרװאָס, פֿרײַטיק צו נאַכטס, אַז מ׳בענטשט די קינדער, זאָגט מען די מײדלעך: „זאָל גאָט דיך מאַכן װי שׂרה, רבֿקה, רחל, און לאה“, און די ייִנגלעך: „זאָל גאָט דיך מאַכן װי אפֿרים און מנשה“. פֿאַרװאָס עפּעס אפֿרים און מנשה? פֿאַרװאָס נישט די אָבֿות אַבֿרהם, יצחק, און יעקבֿ, װי מ׳בענטשט די מײדלעך מיט די אמהות? נו, דאָס װײסן מיר שױן. אפֿרים און מנשה זענען דאָך דער שפּיץ פֿון דער גאַנצער סעריע ברידער אין ספֿר בראשית, װאָס זײ האָבן צוגעשטעלט אַ מוסטער װאָס מיר װאָלטן אַלע געדאַרפֿט שטרעבן צו דעם. אַחדות צװישן ברידער, און אַחדות צװישן ייִדן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version