דער אינטערנאַציאָנאַלער כאַראַקטער פֿונעם ייִדישן מאָדערניזםThe international character of Yiddish modernism
אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון הילל קאַזאָװסקיס אַרטיקלען באַהאַנדלט די ייִדישע אַװאַנגאַרד־תּקופֿה אין אּקראַיִנע, פּױלן, רוסלאַנד, און אַמעריקע.
דער ישׂראלדיקער היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער קולטור, הילל קאַזאָװסקי, איז באַקאַנט קודם־כּל צוליב זײַן בוך „די קינסטלער פֿון דער ‘קולטור־ליגע’‟ — די ערשטע גרונטיקע פֿאָרשונג פֿון דער גרופּע, װאָס האָט געשפּילט די װיכטיקסטע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קונסט.
קאַזאָװסקי איז אײנער פֿון די טיפֿסטע קענער פֿון דער ייִדישער קונסט און ליטעראַטור פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט אָבער ס׳רובֿ פֿון זײַנע װערק זענען עד־היום דערשינען בלויז אױף רוסיש. הײַיאָר, אין דער ירושלימער סעריע „חײַנטצײַטיקע ייִדישע ליטעראַטור‟, איז אַרױס אַ זאַמלונג פֿון זעקס װיכטיקע שטודיעס זײַנע, איבערגעזעצט אױף ייִדיש.
דאָס בוך באַהאַנדלט ייִדישע קונסט און ליטעראַטור פֿון דער אַװאַנגאַרד־תּקופֿה אין אּקראַיִנע, פּױלן, רוסלאַנד, דײַטשלאַנד און אַמעריקע. קאַזאָװסקי באַנוצט זעלטענע היסטאָרישע מקורים פֿון פּריװאַטע אַרכיװן און אַלטע צײַטשריפֿן, װאָס װאַרפֿן אַ נײַעם שײַן אױף דעם מערקװירדיקן אױפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור פֿאַרן חורבן. קאַזאָװסקי באַטאָנט צװײ עיקרדיקע אַספּעקטן פֿונעם דאָזיקן ייִדישן קולטורעלן רענעסאַנס: דעם ברײטן אינטערנאַציאָנאַלן כאַראַקטער און די ראַדיקאַלע נאָװאַטאָרישקײט. ער באַװײַזט, אַז דװקא די ייִדישע קינסטלער האָבן אַרײַנגעפֿירט נײַע טעמעס און סטיליסטישע מיטלען, װאָס זײַנען געװאָרן צענטראַל פֿאַר דער קונסט פֿון אַלװעלטלעכן אַװאַנגאַרד. אַ װיכטיקער בײַטראָג זײערער איז געװען דאָס קונסטבוך, אין װעלכן דער טעקסט און דער אימאַזש האָבן געשאַפֿן אַן אינטעגראַלן אײנס. דאָס קעפּל פֿון קאַזאָװסקיס בוך, „ווערטער און בילדער: אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער קונסט‟ באַטאָנט דעם סינטעז צװישן דער בילדערישער קונסט און דער ליטעראַטור. און חוץ די דאָזיקע צװײ מינים קונסט איז אין זײַן בוך פֿאַראַן נאָך אַ דריטער מין, דער ייִדישער טעאַטער. דװקא אױף דער טעאַטראַלער בינע טרעטן דאָס װאָרט און דאָס באָלד אַרײַן אין אַ קעגנזײַטיקן לעבעדיקן צוזאַמענשפּיל, איז נאַטירלעך, אַז דער ייִדישער טעאַטער פֿאַרנעמט אַזאַ אַ חשובֿן אָרט אין קאַזאָװסקיס בוך.
דאָס בוך עפֿנט זיך מיטן קאַפּיטל „’שטעטל’ אַקעגן ‘מעגאַפּאָליס’ אין דער שאַפֿונג פֿון ייִדישע דיכטער און קינסטלער אין אַמעריקע‟. דער גורל פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע קינסטלער, אַזעלכע װי מאַקס װעבער, לויִס לאָזאָװיק און אבֿרהם װאָלקאָװיץ, איז גאַנץ אַנדערש פֿון זײערע חבֿרים ליטעראַטן פֿון דער גרופּע „די יונגע‟. די קינסטלער זײַנען אַרײַן אינעם אַמעריקאַנער קינסטלערישן קאַנאָן, בעת די נעמען פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער און דיכטער װי יוסף אָפּאַטאָשו, דוד איגנאַטאָװ, ראובֿן אײַזלאַנד, מאַני לײב און אַנדערע זײַנען באַקאַנט בלױז צװישן די ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אָבער אין אָנהײב, דערקלערט קאַזאָװסקי, זײַנען די קינסטלער און די ליטעראַטן געװען אין אײנעם, און מען קאָן ניט פֿאַרשטײן די ייִדישע קונסט מחוץ דער ליטעראַטור און דער קולטור בכּלל.
סײַ די קינסטלער, סײַ די ליטעראַטן זײַנען געװען טיף פֿאַרטאָן אין דער פּראָבלעמאַטישער טעמע פֿון מעגאַפּאָליס. קאַזאָװסקי האַלט, אַז „די סינכראָנישע װענדונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און מאָלערײַ צו דער זעלבער פּראָבלעמאַטיק איז גאַנץ געזעצמעסיק.‟ די קינסלטער און די ליטעראַטן פֿון יענעם דור „האָבן אָנגעהערט צו אײן קולטורעלער סבֿיבֿה‟ אי לױט זײער אימיגראַנטישן אָפּשטאַם אי לױט זײערע אידעיִשע און עסטעטישע השׂגות. זײ זײַנען געװען פֿאַרטאָן אינעם אַלװעלטלעכן פּראָיעקט פֿון שאַפֿן אַ מאָדערנע ייִדיש־קולטור אין גלות.
אַ חשובֿע סימבאָלישע ראָלע האָט אינעם דאָזיקן אױפֿטו געשפּילט דער באַגריף פֿונעם שטעטל. מען האָט אים אױסגעטײַטשט פֿאַרשידנאַרטיק, נאָסטאַלגיש װי אין די אַמעריקאַנער לידער פֿון אַבֿרהם רײזען, אָדער קריטיש, װי למשל אין די לידער פֿון משה־לײב האַלפּערן. דאָס שטעטל איז געװען סײַ דער היפּוך פֿון דעם מאָדערנעם אַמעריקאַנער כּרך, ניו־יאָרק אָדער שיקאַגע, סײַ זײַן פּראָטאָטיפּ. מען האָט פֿאָרגעשטעלט דאָס שטעטל אי ערגעץ־װײַט אין מיזרח־אײראָפּע, אי דאָ אין אַמעריקע, אין די שמאָלע ייִדישע געסלעך פֿון לאָוער איסט־סײַד. אַזױ אַרום האָבן די ייִדישע קינסטלער אַרײַגעבראַכט דעם צװײדײַטיקן אימאַזש פֿונעם מעגאַפּאָליס, סײַ דעם פֿרעמדן סײַ דעם הײמישן, אין דער אַמעריקאַנער קונסט אױף אַן אײגענעם ייִדישן שטײגער.
אײנער פֿון די סאַמע דערפֿאָלגרײַכע פֿאָרשטײער פֿון דער דאָזיקער קולטורעלער שיטה איז געװען דער קינסטלער באָריס אַראָנסאָן. ער האָט אָנגעהױבן זײַן קאַריערע אין דער קיִעװער „קולטור־ליגע‟, ממשיך געװען אין בערלין, און פֿאַרענדיקט אין ניו־יאָרק. אַראָנסאָן איז געװען טעטיק אין ביז גאָר פֿאַרשידענע קינסטלערישע סבֿיבֿות, אָבער ער האָט פֿאַר זיך תּמיד געשטעלט אײן שעפֿערישע אױפֿגאַבע: „איך וויל דורך די מאָלערישע מיטלען אָרגאַניזירן דאָס כאַאָטישע פֿון אונדזער צײַט‟. אין זײַן שאַפֿונג האָבן זיך די ייִדישע קינסטלערישע שטרעמונגען צונױפֿגעגאָסן מיטן ברײטערן עסטעטישן שטראָם פֿון דער מאָדערנער קונסט.
דאָס אילוסטרירטע בוך פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל װיכטיקן אָרט אין די מאָדערניסטישע באַמיִונגען צו באַנײַען די ייִדישע קולטור אין דער תּקופֿה צװישן בײַדע װעלט־מלחמות. עס איז מערקװירדיק, אַז דער אינטערעס צו דעם נײַעם קונסטבוך האָט אײנצײַטיק זיך אַנטװיקלט סײַ אױף ייִדיש און סײַ אױף העברעיִש בײַ ייִדישע קינסטלער, ליטעראַטן און פֿאַרלעגער אין אַמעריקע און אין מיזרח־אײראָפּע. דער אױפֿבלי פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן ביכערקונסט איז געװען גלײַך נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען דוד איגנאַטאָװ האָט באַנײַט דעם אַלמאַנאַך „שריפֿטן‟ אין ניו־יאָרק; ווען אין קיִעװ זײַנען אַרױס די זאַמלונגען „אײגנס‟, „באַגינען‟ און „אױפֿגאַנג‟, און אין לאָדזש האָט משה בראָדערזאָן אָרגאַניזירט די גרופּע „יונג ייִדיש‟.
די דאָזיקע אינטערנאַציאָנאַלע באַװעגונג האָט אויך פֿאַרכאַפּט די קלענערע צענטערס פֿון ייִדיש־קולטור װי ריגע, לאָנדאָן און תּל־אָבֿיבֿ, װוּ אורי־צבֿי גרינבערג „האָט אַ פּרוּוו געטאָן איבערחזרן די דערפֿאַרונג פֿון ‘אַלבאַטראָס’ אינעם נײַעם צענטער פֿון דער העברעיִשער קולטור‟.
דאָס אילוסטרירטע ייִדישע בוך האָט געדינט צװײ צילן. פֿון אײן זײַט איז דאָס געװען אַ קונסטװערק, װאָס האָט צונױפֿגעבראַכט דעם טעקסט מיטן בילד. פֿון דער אַנדערער זײַט איז דאָס בוך געװען אַ פּראַקטישער כּלי פֿאַר דערציִען און אױפֿקלערן ייִדישע פֿאָלקמאַסן אינעם גײַסט פֿון דער נײַער װעלטלעכער ייִדישיסטישער קולטור. בײַ אַ סך ייִדישע קינסטלער איז דאָס ייִדישע בוך געװען, פֿאַרסך־הכּלט קאַזאָװסקי, „די איינציקע שאַפֿונג־ספֿערע, אין וועלכער זיי האָבן געפֿונען פֿאַר זיך אַ מעגלעכקייט אויסצודריקן זייער נאַציאָנאַלע אינדיווידועלקייט, אומאָפּהענגיק פֿון דעם, צו וועלכע פּאָליטישע אידעען און צו וועלכע קונסטשטראָמען זיי האָבן אָנגעהערט.‟
צו באַשטעלן דאָס בוך, שרײַבט צו Yidish.bikher@gmail.com
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO