ווידעאָ: יודי ביאַלוסטצקי זינגט ליפּא שמעלצערס „מײַנע תּפֿילין‟WATCH: Yidi Bialostozsky sings Lipa Schmeltzer’s “My Tefillin”
דער אָרקעסטער נעמט אַפֿילו אַרײַן אַ ריזיקע האַרפֿע.
די גרויסע חסידישע חתונות זענען, קיין עין הרע, ספּעקטאַקלען מיט אָרקעסטערס, כאָרן, זינגער, בדחנים, קוצנן־מאַכערס, אײַז־סקולפּטורן און לעצטנס, אַפֿילו בעלי־חיים וואָס מע באָרגט פֿון די זאָאָ־גערטנער.
קיין חידוש דערפֿאַר איז עס ניט, וואָס אַ סך פֿון די בעסטע ווידעאָס פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק ווערן רעקאָרדירט אויף חתונות. לעצטנס איז דער זינגער יודי ביאַלוסטצקי (ביאַלאָסטאָצקי) אויפֿגעטראָטן אויף אַ חתונה אין פּאַסעיִק, ניו־דזשערזי, מיטן אָרקעסטער „סאַבאַבאַ‟ און דעם „לבֿ‟־כאָר. צוזאַמען האָבן די צענדליקער מוזיקער און זינגער, אַרײַנגערעכנט איינער וואָס האָט געשפּילט אויף אַ ריזיקער האַרפֿע, אויסגעפֿירט אַ פּרעכטיקן נוסח פֿון ליפּא שמעלצערס „מײַנע תּפֿילין‟ אונטער דער מוזיקאַלישער לייטונג פֿון מענדי הערשקאָוויטש.
דאָס ליד, וואָס פֿאַררופֿט זיך אויף די צײַטן פֿונעם באַרדיטשעווער רבין, האָט לכתּחילה פּאָפּולאַריזירט אַבֿרהם פֿריד.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO