ווידעאָ: טשאַרדאַש־מעלאָדיע אויסגעפֿירט פֿונעם „שירה‟־כאָרWATCH: A cappella czardas performed by the Shira Choir
די מוזיקאַלישע פּרעציזקייט פֿונעם זינגען איז ממש צום באַוווּנדערן.
זינט דעם בראשית פֿון דער חסידישער באַוועגונג האָבן חסידישע מוזיקער פֿרײַ „געבאָרגט‟ די לידער פֿון די שכנותדיקע פֿעלקער און פֿון זיי געשאַפֿן אייגענע היימישע ניגונים. אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער מוזיק בכלל, און אין דער חסידישער מוזיק בפֿרט, הערט מען אַרײַנגעוועבטע סטראָפֿעס און אַמאָל גאַנצע מעלאָדיעס פֿון רומענישע, אוקראַיִנישע, פּוילישע, ווײַסרוסישע און אונגערישע פֿאָלקסלידער, וואַלצן, מאַרשן און וויגלידער, וכדומה.
אַז מע הערט זיך צו צו דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק, באַמערקט מען אַז די השפּעות פֿון דער אונגערישער פֿאָלקס־, און אַפֿילו קלאַסישער מוזיק, זענען בײַם אויבן אָן. דער טשאַרדאַש, אַן אַלטער זשאַנער פֿון פֿאָלקסטאַנץ וואָס שטאַמט פֿון די 1700ער יאָרן, איז אַרײַן אין דער קלאַסישער מוזיק פֿון 19טן יאָרהונדערט, ווען אונגערישע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן אים אַרײַנגעוועבט אין זייערע קאָמפּאָזיציעס.
דער טשאַרדאַש־סטיל פֿאַררופֿט זיך אויף די לידער, וואָס קאַפּעליעס פֿלעגן שפּילן בײַם רעקרוטירן מענער אין דער עסטרײַך־אונגערישער אַרמיי. אונגערישע חסידים האָבן אַרײַנגענומען אַזעלכע מאַרשן און טאַנץ־לידער און זיי געשפּילט אויף די חתונות. דער טערמין טשאַרדאַש, וואָס מיינט, אייגנטלעך, „קרעטשמע‟ אויף אונגעריש, איז געווען אַזוי ברייט באַקאַנט בײַ ייִדן, אַז מע טרעפֿט עס אַפֿילו עד־היום ווי אַ פֿאַמיליע־נאָמען.
סײַ די פֿאָלסקישע וואָרצלען, סײַ דער קלאַסישער ייִחוס פֿונעם טשאַרדאַש קען מען בולט הערן אין אָט דער אומפֿאַרגעסלעכער אויספֿירונג פֿונעם „שירה‟־כאָר, וואָס וועבט צונויף די קלאַסישע מוזיק און אָפּערע מיט אַקאַפּעלאַ (אַ סטיל פֿון זינגען אָן אינסטרומענטן). די פּרעציזקייט פֿונעם זינגען, דערגרייכנדיק נאָטן און בײַטנדיק טענער ממש אין אַן אויגנבליק, איז צום באַוווּנדערן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO