אַ נײַ ייִנגעלע בײַ דניאל קאַהן און יעוואַ לאַפּסקער (מיט אוידיאָ)Baby boy born to Daniel Kahn and Yeva Lapsker (With Audio)
ס׳איז דאָס ערשטע קינד פֿאַר קאַהן, דעם שטערן פֿונעם ווידעאָ פֿון לענאָרד כּהנס „הללויה‟ אויף ייִדיש, און זײַן פֿרוי, יעוואַ.
מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.
דעם 16טן דעצעמבער האָט דער קלעזמער־מוזיקער און ייִדישער אַקטיאָר, דניאל קאַהן, און זײַן פֿרוי, יעוואַ לאַפּסקער — אַן איבערזעצערין און טענצערין, געהאַט זייער ערשט קינד, אַ ייִנגעלע, אין בערלין. דאָס קינד האָט געווויגן 3090 גראַם (6 פֿונט, 13 אונץ).
בעת אַ פּריוואַטער זכר־מילה צערעמאָניע דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער חזנטע סוועטאַ קונדיש, האָט מען געגעבן דעם קינד דעם נאָמען לייב אַבֿרהם יוסף, און אויף ענגליש — לעאָן. צוליב דניאלס פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער שפּראַך, און יעוואַס רוסיש־רעדנדיקן הינטערגרונט, האָט דניאל אין זײַן מעלדונג וועגן דעם געבורט צוגעגעבן אַ ריי אַנדערע נעמען וואָס מע וועט מיט דער צײַט אפֿשר רופֿן דעם קינד: לעוו, לייב, ליאָוואַ, ליאָוווּשקאַ, לייבקע, לעאָ און לי.
דניאל, וואָס פֿירט אָן מיט דער קלעזמער־קאַפּעליע „באַפֿאַרבטער פֿויגל‟, איז באַקאַנט פֿאַר זײַן שטאַרק געלויבטער ייִדישער איבערזעצונג פֿון לענאַרד כּהנס ליד „הללויה‟. אין נאָוועמבער 2016 האָט דער פֿאָרווערטס פּראָדוצירט אַ יו־טוב ווידעאָ, אין וועלכן דניאל זינגט דאָס ליד, באַגלייטנדיק זיך מיט דער גיטאַר. דער ווידעאָ, וואָס איז אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן צוויי טעג נאָך דעם ווי לענאַרד כּהן איז געשטאָרבן, האָט זיך ווילד פֿאַרשפּרייט. זינט דער ווידעאָ איז אַרויס האָט מען עס שוין געזען מער ווי 1.4 מיליאָן מאָל.
דניאל איז אויך אַן אַקטיאָר אויף דער ייִדישער בינע. אין 2015 האָט ער געשפּילט די ראָלע פֿון ביף אין דער שטאַרק געלויבטער ייִדישער פּראָדוקציע, „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟, און אין 2018 האָט ער געשפּילט פּערטשיק אין „פֿידלער אויפֿן דאַך אין ייִדיש‟.
דניאל און יעוואַ האָבן געשריבן תּנאָים אין מאַנהעטן אין דעצעמבער 2017, בעת דעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש ניו־יאָרק‟, און חתונה געהאַט אין בערלין אין סעפּטעמבער 2018.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO