ווידעאָ: „אָלד לאַנג סײַן‟ אויף מאַמע־לשוןWATCH: “Auld Lang Syne” in Yiddish
דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקס־כאָר‟ זינגט דאָס ליד לכּבֿוד דער סילוועסטער־נאַכט, אין אַ ייִדישער איבערזעצונג פֿון בנימין שעכטער.
אין מיטלשול, צו דער זעלביקער צײַט וואָס איך האָב זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש, האָב איך אויך אַ געוויסע צײַט שטודירט שאָטלענדיש, די גערמאַנישע שפּראַך וואָס איז פֿיר הונדערט יאָר לאַנג געווען די הויפּטשפּראַך אויפֿן פֿלאַכלאַנד פֿון שאָטלאַנד.
ווי ס׳רובֿ מענטשן וואָס פּרובירן זיך צו לערנען שאָטלענדיש, איז מײַן ציל ניט געווען צו רעדן די שפּראַך (ווײַל אַלע וואָס רעדן זי הײַנט קענען אויך פֿליסיק ענגליש), נאָר דווקא זי צו קענען לייענען. ראָבערט בורנס, דער נאַציאָנאַלער פּאָעט פֿון שאָטלאַנד, האָט אָנגעשריבן ס׳רובֿ פֿון זײַנע לידער אָדער אויף שאָטלענדיש, אָדער אויף אַ געמיש פֿון שאָטלענדיק מיט ענגליש, און איך האָב געוואָלט בעסער פֿאַרשטיין זײַנע לידער.
פֿאַר וואָס האָב איך געהאַט חשק צו לייענען די ווערק פֿון ראָבערט בורנס? ווײַל דאָס ליד „אָלד לאַנג סײַן‟, וואָס מע זינגט יעדעס יאָר אויף די סילוועסטער־נאַכט־פֿײַערונגען, איז מיר געפֿעלן געוואָרן. אין איינעם פֿון מײַנע ערשטע אַרטיקלען פֿאַרן פֿאָרווערטס האָב איך אַרומגערעדט די געשיכטע פֿון דער שאָטלענדישער שפּראַך, כּדי אָנצוּווײַזן אויף אַ פּאָר פֿון די טשיקאַווע ענלעכקייטן צווישן איר און ייִדיש, וואָס מע קען דערקענען אינעם ליד.
צו יענער צײַט האָב איך אַליין פּרובירט איבערצוזעצן „אָלד לאַנג סײַן‟ אויף מאַמע־לשון אָבער ס׳איז מיר ניט געלונגען. איך האָב אויך לאַנג געזוכט אַן איבערזעצונג אָבער קיינמאָל ניט געפֿונען.
צום גליק האָט בנימין שעכטער איבערגעזעצט דעם רעפֿרען פֿונעם ליד און אים געלערנט דעם „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟. אויבן איז דעם כאָרס נוסח פֿונעם ליד, געזונגען אויף אַ קאָנצערט אין אָקטאָבער 2018. דער ווידעאָ ווערט באַגלייט מיט אונטערקעפּלעך, וואָס גיבן סײַ די ייִדישע איבערזעצונג, סײַ דעם בוכשטעבלעכן באַטײַט אויף ענגליש, וואָס שיידט זיך אַ ביסל אונטער פֿון בורנס׳ אָריגינאַל.
אַז מע הערט „אָלד לאַנג סײַן‟ אויף דער טעלעוויזיע בעת די סילוועסטער־נאַכט־פֿײַערונגען, הערט מען עס געוויינטלעך ניט מיט קיין אויטענטישן שאָטלענדישן אַרויסרעד. ס׳איז דערפֿאַר כּדאַי זיך צוצוהערן צום ליד, געזונגען אָדער פֿאָרגעלייענט דורך עמעצן, וואָס קען טאַקע די שפּראַך. אָט זענען צוויי גוטע בײַשפּילן.
דאָס ליד האָט בורנס „פֿאַרפֿאַסט‟ אינעם אַלטן זין פֿון וואָרט: גענומען האָט ער צוויי באַזונדערע פֿאָלקסלידער און זיי צונויפֿגעוועבט, צוגעבנדיק עטלעכע פֿון זײַנע אייגענע שורות. אַזאַ צוגאַנג בײַם שאַפֿן לידער איז, אַגבֿ, אויך געווען פֿאַרשפּרייט בײַ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO