נײַער באַנד עראָטישע לידער פֿון טרוים קאַץ הענדלערNew Volume of Erotic Poems By Troim Katz Handler
די זאַמלונג פֿון 63 לידער שילדערן די סעקסועלע פֿאַנטאַזיעס פֿון אַ חתונה־געהאַטער פֿרוי דורך בריוו צו אַ געוועזענעם געליבטן.
אינעם 21סטן יאָרהונדערט קומען אַ סך אָפֿטער אַרויס ייִדישע ביכער באַגלייט מיט אַ „השגחה־בריוו‟ פֿון אַ רבֿ, איידער אַ וואָרענונג אַז דאָס בוך איז בלויז פּאַסיק פֿאַר דערוואַקסענע.
לעצטנס איז אָבער אַרויס פֿון דרוק דווקא אַ ייִדיש בוך מיט אַזאַ וואָרענונג אויף דער הילע. דאָס בוך איז דער צווייטער באַנד עראָטישע לידער פֿון דער פּאָעטעסע טרוים קאַץ הענדלער. דער ערשטער באַנד, „שׂימחה‟, וואָס איז אַרויס אין 2001, נעמט אַרײַן 70 לידער. דער נײַער, „שׂימחה 2‟, שליסט אײַן 63 לידער. דאָס בוך קען מען באַשטעלן סײַ צווישן טאָוולען, סײַ ווי אַן עלעקטראָניש־בוך.
די לידער זענען אַ טייל פֿון אַ ציקל פֿון איבער 550 לידער, וועלכע שילדערן אָפּ די סעקסועלע פֿאַנטאַזיעס פֿון אַ פֿרוי, טעמע, וואָס זי שיקט דורך דער פּאָסט אַן אַמאָליקן געליבטן שׂימחה, אַ מאַן מיט וועמען זי איז איין מאָל געשלאָפֿן מיט 36 יאָר פֿריִער. די לידער זענען טאַקע געדרוקט אין פֿאָרעם פֿון די בריוו. צוליב דעם וואָס ביידע האָבן חתונה־געהאַט מיט אַנדערע, קען זי נאָר אויסדריקן אירע פֿאַנטאַנזיעס מיט דער פּען.
טרוים קאַץ־הענדלער, 92, האָט ערשט אָנגעהויבן שרײַבן לידער נאָך דער פּטירה פֿון איר פֿאָטער, דעם ייִדישן פּאָעט מעינקע קאַץ, אין 1991. (דער עפּל פֿאַלט ניט ווײַט פֿונעם בוים — מעינקע האָט מען אַמאָל אַרויסגעוואָרפֿן פֿונעם „ייִדישן פּען־קלוב‟ צוליב זײַנע אייגענע עראָטישע לידער).
כאָטש זי רעדט סײַ ייִדיש, סײַ ענגליש פֿון דער היים, שרײַבט זי אירע לידער אויסשליסלעך אויף מאַמע־לשון. דער באַנד נעמט אַרײַן דעם אָריגינעלן ייִדישן טעקסט (סײַ מיט ייִדישע אותיות, סײַ אויף טראַנסקריפּציע), ווי אויך ענגלישע איבערזעצונגען געשאַפֿן דורך אַן אַנאָנימען איבערזעצער, „שמעון ביילעס‟, וואָס באַהאַלט זײַן אידענטיטעט ווײַל ער איז דערצויגן געוואָרן אין אַ פֿרומער משפּחה.
דעם באַנד האָבן צוגעגרייט צום דרוק שאָשקע רײַזל יוני און פּערל ליפּסקי־קרופּיט, וואָס האָבן פֿאַראַיאָרן גערעדט וועגן דעם פּראָיעקט אויף אַ קאַפּיטל „ווײַבערטײַטש‟.. אַחוץ טרוימס אַרײַנפֿיר ווערן די לידער באַגלייט פֿון הקדמות פֿון שאָשקע רײַזל יוני און דעם לינגוויסט און שרײַבער הירשע דוד־קאַץ (דער פּאָעטעסעס ברודער)
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO