Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אױסשטעלונג װעגן רדיפֿות קעגן ייִדן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנדExhibit On the Persecution of Jews in the Soviet Union

די אויסשטעלונג דערציילט וועגן ציוניסטישע אַקטיוויסטן ווי בנימין בראָמבערג װאָס האָבן שטאַרק געליטן צוליב זייערע טעטיקייטן.

די רוסישע רעװאָלוציעס פֿון 1917 האָבן אין גאַנצן געביטן דעם מצבֿ פֿון העכער װי פֿינף מיליאָן ייִדן אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. די ערשטע, בירגערלעכע רעװאָלוציע אין פֿעברואַר האָט אָפּגעשאַפֿן אַלע צאַרישע גזירות פֿוון די ייִדן און דערקלערט זײ פֿאַר גלײַכרעכטיטע בירגער פֿון רוסלאַנד. די צװײטע, באָלשעװיסטישע אָקטאָבער־רעװאָלוציע האָט באַצייכנט ייִדן פֿאַר אַ נאַציאָנאַליטעט אַנשטאָט אַ רעליגיעזע עדה. דער באָלשעװיסטישער רעזשים האָט בכּלל באַטראַכט װאָסער ניט איז רעליגיע פֿאַר אַ שׂונא, און די ייִדישע אמונה איז ניט געװען קײן אױסנאַם. דער צװײטער שׂונא פֿון די באָלשעװיקעס אױף דער ייִדישער גאַס זײַנען געװען ייִדישע פּאָליטישע פּאַרטײען, בפֿרט די ציוניסטישע. דערבײַ האָבן ייִדישע יחידים באַקומען נײַע מעגלעכקײטן פֿאַר קאַריערעס אױף די געביטן, װאָס זײַנען אין דער צאַרישער צײַט געװען פֿאַרמאַכט פֿאַר זײ: אין דער רעגירונג און כּלערלײ מלוכישע דינסטן, אין מיליטער און אַפֿילו אין דער געהײם־פּאָליצײ — בתּנאי אַז זײ זאָלן זיך אָפּזאָגן פֿון רעליגיע און זײַן געטרײַ דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ.

אַ נײַע אױסשטעלונג אינעם מאָסקװער צענטער „מעמאָריאַל‟ דערצײלט װעגן די ייִדן, װאָס האָבן טאַקע ניט געװאָלט זיך אָפּזאָגן פֿון זײער אמונה אָדער זײערע פּאָליטישע שיטות. פֿאַר זײ האָט די סאָװעטישע מאַכט קײן רחמנות ניט געהאַט.

דער ציל פֿון „מעמאָריאַל‟ איז צו זאַמלען און פֿאָרשן מאַטעריאַלן, װאָס האָבן צו טאָן מיט די פּאָליטישע רדיפֿות אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און רוסלאַנד. אין זײַן ריזיקן אַרכיװ געפֿינען זיך אױך מאַטעריאַלן װעגן ייִדן, און דװקא פֿון זײ האָט מען געשאַפֿן די דאָזיקע אױסשטעלונג. די אױסשטעלונג דערצײלט װעגן דעם טראַגישן גורל פֿון רעליגיעזע און ציוניסטישע אַקטיװיסטן דורך געריכט־דאָקומענטן, פּריװאַטע בריװ, פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון מנחם בעגין, װאָס מען האָט גענומען בעת זײַן אַרעסט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

מנחם בעגין אין דער סאָוועטישער תּפֿיסה Image by Mikhail Krutikov

דער נאָמען פֿון דער אױסשטעלונג, „בראָמבערגס פֿידל‟, איז פֿאַרבונדן מיטן טראַגישן גורל פֿון בנימין בראָמבערג (1904 – 1942), אַ ציוניסטישן אַקטיװיסט, װאָס האָט פֿאַרבראַכט לאַנגע יאָרן אין סאָװעטישע תּפֿיסות און פֿאַרשיקונגען. סוף־כּל־סוף איז ער דערשאָסן געװאָרן פֿאַר „אַנטיסאָװעטישער טעטיקײט‟ אין 1942. אין זײַן יוגנט איז בראָמבערג געװען אַ טאַלאַנטירטער פֿידלער, און האָט אַפֿילו פֿאַרפֿאַסט עטלעכע מוזיקאַלישע פּיעסעס. ער איז געװען אַן אַקטיװער טוער אין דער פּאַרטײ פֿון סאָציאַליסטן־ציונסיטן, װאָס איז געװען פֿאַרװערט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. בראָמבערגס לעבן־דערפֿאַרונג, אילוסטרירט דורך די בריװ צו זײַן משפּחה, דינט װי אַ מין לײַטפֿאָדעם פֿון דער אױסשטעלונג. אַ רירעװדיקער סימבאָל פֿון זײַנע לײַדן איז זײַן פֿידל, װאָס זײַן זון האָט איבערגעגעבן װי אַ מתּנה פֿאַר „מעמאָריאַל‟.

אַזעלכע ייִדן װי באָרמבערג, װאָס האָבן זיך געהאַלטן פֿעסט בײַ זײַערע פּאָליטישע אָדער רעליגיעזע פּרינציפּן, זײַנען געװען אַ מינאָריטעט צװישן סאָװעטישן ייִדנטום. דאָס רובֿ סאָװעטישע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר האָבן זיך גוט צוגעפּאַסט צו דעם קאָמוניסטישן רעזשים, װאָס האָט פֿאַר זײ געעפֿנט צװײ װעגן: אײן װעג האָט געפֿירט דירעקט צו דער אַסימילאַציע אין דער נײַער סאָװעטישער געזעלשאַפֿט, װוּ עס האָט געהערשט די רוסישע שפּראַך. די אַנדערע מעגלעכקײט איז געװען די סאָװעטישע ייִדישע קולטור אױף דער ייִדישער שפּראַך. ביזן אױסבוך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט די סאָװעטישע מלוכה געשטיצט ייִדיש־שפּראַכיקע אינסטיטוציעס פֿאַר קולטור און דערציִונג. אײניקע טוער פֿון דער סאָװעטישער ייִדישע קולטור, אַזעלכע װי דער דיכטער משה קולבאַק אָדער דער געטרײַער קאָמוניסט משה ליטװאַקאָװ, זײַנען אָבער אויך געװאָרן קרבנות פֿון די ברוטאַלע „רײניקונגען‟ פֿון די 1930ער יאָרן, אָבער זײערע אױסגעטראַכטע „פֿאַרברעכנס‟ האָבן ניט געהאַט צו טאָן מיט זײער ייִדישקײט.

בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט די סאָװעטישע רעגירונג געשאַפֿן דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַרשיסטישן קאָמיטעט. צװישן זײַנע מיטגלידער זײַנען געװען די פּני פֿון דער סאָװעטישער יידישער אינטעליגענץ, סײַ ייִדיש־רעדנדיקע און סײַ רוסיש־רעדנדיקע. זײ זײַנען געװען הײסע סאָװעטישע פּאַטריאָטן און האָבן געהאַלטן פֿאַר זײער פֿליכט צו שטיצן דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין דער מלחמה קעגן היטלער. נאָך דעם סוף פֿון דער מלחמה איז דער קאָמיטעט געװאָרן אַ מין שתּדלן פֿאַר ייִדישע ענינים פֿאַר דער סאָװעטישער רעגירונג. אָבער מסתּמא איז דאָס געװען צו פֿיל פֿאַר יאָסיף סטאַלינען, דעם דיקטאַטאָרישן פֿירער פֿונעם לאַנד. ער האָט חושד געװען אַפֿילו די סאַמע געטרײַע סאָװעטישע ייִדן אין סימפּאַטיעס צו אַמעריקע און מדינת־ישׂראל.

די נײַע כװאַליע פֿון רדיפֿות צװישן 1948 און 1953 איז געװען ספּעציעל געצילט קעגן דער ייִדישער אינטעליגענץ, אי דער ייִדיש־רעדנדיקער, אי דער רוסיש־רעדנדיקער. להיפּוך צי די 1920ער – 1930ער יאָרן זײַנען די קרבנות פֿון די דאָזיקע רדיפֿות געװען געטרײַע קאָמוניסטן און ניט קײן קעגנער פֿון דער סאָװעטישער מאַכט. אױף דער אױסשטעלונג קען מען לײענען אָריגינעלע אַנטיסעמיטישע אַרטיקלען אין די סאָװעטישע צײַטונגען פֿון יענער צײַט, װאָס באַשולדיקן ייִדן אין כּלערלײ „חטאים‟ קעגן דער סאָװעטישער מאַכט. די לעצטע כװאַליע פֿון אַנטי־ייִדישע רדיפֿות האָט באַטראָפֿן דעם ייִנגערן דור, װאָס האָט באַנײַט די ציוניסטישע אַקטיװיטעט אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, וואָס האָט דערפֿירט צו דער מאַסן־עליה פֿון די 1970ער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version