ווידעאָ: שלום לעמער זינגט משה אוישערס חנוכּה־לידערWATCH: Shulem Lemmer Sings Moishe Oysher’s Hanukkah Songs
דער זינגער, צוזאַמען מיטן „שירה־כאָר‟ און דעם „פֿריילעך־אָרקעסטער‟, פֿירט אויף אַ פּאָפּורי פֿון דעם באַליבטן חזנס לידער אַזוי ווי „דריי דריידעלע‟
די וווּנדערלעכע חנוכּה־לידער פֿון משה אוישער זענען הײַנט גוט באַקאַנט דעם חסידישן עולם אַ דאַנק שלום לעמער, וואָס זינגט זיי אָפֿט חנוכּה־צײַט. הערט, ווי ער זינגט אַ פּאָפּורי פֿון משה אוישערס לידער, באַגלייט פֿונעם „שירה־כאָר‟ און דעם „פֿריילעך־אָרקעסטער‟.
די מאָדערנע אינטערפּרעטאַציע פֿון „האָב אַ גוטן חנוכּה‟, „דרײ דריידל‟ און נאָך לידער פֿון אוישערס רעפּערטואַר בינדט צונויף די בעסטע עלעמענטן פֿון זײַן אָריגינעלער קאָמפּאָזיציע מיט מאָדערנע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן, אַזוי ווי די עלעקטרישע גיטאַר, וואָס האָבן ניט עקסיסטירט ווען דער באַקאַנטער חזן האָט געלעבט. די אַראַנזשירונג מיטן פֿולן אָרקעסטער, אין איינעם מיט די שטאַרקע קולות פֿונעם כאָר, גיבן אַ סך צו צו לעמערס זינגען אָבער ווענדן ניט אָפּ פֿון זײַן שטאַרקן קול. אַפֿילו די בלאָז־אינסטרומענטן, וואָס זענען געוויינטלעך דער הויפּט־חסרון פֿון דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק, קלינגען גוט צוגעפּאַסט אינעם נײַעם נוסח. דער סאַקסאָפֿאָן־סאָלאָ אין „דריי דריידל‟ איז אויך אַ געראָטענער.
מיט איין וואָרט: ס׳איז כּדאַי צו זען און צו הערן — און אויפֿצושפּילן אויף אײַער חנוכּה־מסיבה.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO