„אַנטיוכוס דער משוגענער‟: אַ חנוכּה־פּיעסע פֿאַר קינדער“Crazy Antiochus”: A Hanukkah Play For Kids
ווי אַ ייִדיש־לערער האָט פֿאַרוואַנדלט אַ טיראַן אין אַ טאָלעראַנטן פֿירער.
די סקיצע איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין דער קינדערשול בײַם פּאַריזער ייִדיש־צענטער – מעדעם־ביבליאָטעק, דעם 19טן יוני 2016
פּאַרשוינען:
נאַראַטאָר .
אַנטיוכוס דער פֿערטער, „עפּיפֿאַנעס“.
אַנטירידוס, אַ בעל־יועץ .
אַנטימיטוס, אַ בעל־יועץ .
אַנטיוויטוס, אַן אינספּעקטאָר (רעדט פּאַמעלעך) .
לערער.
תּלמידים.
נאַראַטאָר : אַ מאָל איז געווען אַ קעניג וואָס האָט געהייסן אַנטיוכוס. ער האָט געוואָלט מאַכן אַלע פֿעלקער אין זײַן מלוכה, באַזונדערס די ייִדן, פֿאַר גריכן, זיי זאָלן אָננעמען די גריכישע רעליגיע מיט אירע געטער און געטינס, זיי זאָלן זיך בוקן צו זייערע בילדער און סטאַטועס און זאָלן בשום-אופֿן זיך נישט לערנען ייִדיש !
[דער נאַראַטאָר גייט אַראָפּ. עס קומען אַרײַן אַנטיוכוס, אַנטירידוס און אַנטימיטוס.]
בילד איינס
אַנטיוכוס : אַנטירידוס !!
אַנטירידוס : יאָ, מײַן קעניג…
אַנטיוכוס: אַנטירידוס, צי ווייסטו ווי איך הייס ?
אַנטירידוס : אַוודאי, קעניג, דו הייסט אַנטיוכוס.
אַנטיוכוס : יאָ יאָ, אָבער צי קענסטו מײַן פֿולן נאָמען…?
אַנטירידוס : אַוודאי ! קעניג אַנטיאָכוס דער פֿערטער, באַקאַנט אונטערן נאָמען „אַנטיוכוס עפּיפֿאַנעס“.
אַנטיוכוס : און דו ווייסט וואָס הייסט „עפּיפֿאַנעס“ ?
אַנטירידוס : עפּיפֿאַנעס ? הממם… „דער משוגענער“ ?
אַנטיוכוס : וואָס ?!? אַזוי רעדט מען נישט וועגן אַ קעניג ! „עפּיפֿאַנעס“ הייסט אויף גריכיש „אַ דערשײַנונג פֿון אַ גאָט“.
אַנטירידוס : אַהאַ… אַון דאָס זאָל הייסן אַז דו ביסט טאַקע אַ דערשײַנונג פֿון אַ גאָט ?
אַנטיוכוס : אַוודאי ! ווײַל אַ גאָט, איך האָב שוין פֿאַרגעסן ווער, איז געקומען צו מיר אין חלום און מיר געזאָגט, איך זאָל הייסן אַז אַלע זאָלן רעדן נאָר גריכיש !
אַנטירידוס : אַהאַ, און דו, מײַן קעניג, קענסט גריכיש ?
אַנטיוכוס : איך ? אַוודאי נישט…
אַנטירידוס : פֿאַר וואָס נישט ?
אַנטיוכוס : גריכיש ?! ס’איז זייער אַ שווערע שפּראַך…
אַנטירידוס : יאָ מײַן קעניג, אָבער מע קען זיך לערנען…
אַנטיוכוס : דאָס טאַקע מיין איך ! אַנטימיטוס, קום אַהער.
אַנטימיטוס : יאָ, מײַן קעניג…
אַנטיוכוס : אַנטימיטוס, פֿאַרשרײַב אַ נײַעם באַפֿעל !
אַנטימיטוס : איך פֿאַרשרײַב, מײַן קעניג…
אַנטיאָכוס : „אַנטיוכוס דער פֿערטער, באַקאַנט אונטערן נאָמען אַנטיוכוס עפּיפֿאַנעס, האָט אַרויסגעגעבן אַ באַפֿעל, אַז אַלע מוזן זיך לערנען גריכיש !“
אַנטימיטוס : פֿאַרשריבן !
אַנטיוכוס : און איצט זאָג אָן דעם באַפֿעל אַלע אײַנוויינער אין מײַן מלוכה !
[אַנטיוכוס, אַנטירידוס און אַנטימיטוס גייען אַראָפּ. דער נאַראַטאָר קומט אַרײַן]
בילד צוויי
נאַראַטאָר : עס גייט דאָס יאָר הונדערט און זעכציק פֿאַר אונדזער צײַט־רעכענונג. אַלע שולן זײַנען פֿאַרנומען פֿון אַנטיוכוסעס גריכיש־לערער. אַלע ? ניין ! ווײַל איין קינדערשול האַלט נאָך אַלץ אויס קעגן דעם באַפֿאַלער. די שמועה וועגן אָט דער ווידערשפּעניקער קינדערשול איז געקומען צום קעניג.
אַנטירידוס : איך האָב געהערט אַז ס’איז דאָ אַ קינדערשול וווּ דער לערער לערנט די קינדער ייִדיש.
אַנטיוכוס : צי האָט דער דאָזיקער לערער נישט געהערט מײַן באַפֿעל ?! אַנטימיטוס ! אַ נײַעם באַפֿעל!
אַנטימיטוס : איך פֿאַרשרײַב, מײַן קעניג… .
אַנטיוכוס : „אַנטיוכוס עפּיפֿאַנעס האָט אַרויסגעגעבן אַ באַפֿעל, אַז די ייִדן אין זײַן מלוכה טאָרן זיך ניט לערנען ייִדיש, נאָר גריכיש !“
אנטימיטוס : [זאָגט אָן דעם עולם] „אַנטיוכוס דער משוגענער –“
אַנטיוכוס : „– „עפּיפֿאַנעס ! עפּיפֿאַנעס ! וויפֿל מאָל מוז איך אײַך זאָגן, איך הייס אַנטיוכוס עפּיפֿאַנעס !“
אנטימיטוס : [צום קעניג] זײַ מיר מוחל מײַן קעניג [נאָך דעם זאָגט אָן דעם עולם] „אַנטיוכוס עפּיפֿאַנעס האָט אַרויסגעגעבן אַ באַפֿעל, אַז די ייִדן אין זײַן מלוכה טאָרן זיך ניט לערנען ייִדיש, נאָר גריכיש !“
אַנטיוכוס : בעסער אַזוי. אַנטירידוס !
אַנטירידוס : יאָ, מײַן קעניג …
אַנטיוכוס : אַנטירידוס, איך וויל דו זאָלסט שיקן אַן אינספּעקטאָר אין דער דאָזיקער קינדערשול. איך וויל זײַן זיכער אַז דער דאָזיקער לערער פֿאָלגט מײַן באַפֿעל…
אַנטירידוס : אַוודאי, מײַן קעניג.
[אַנטיוכוס, אַנטירידוס און אַנטימיטוס גייען אַוועק]
בילד דרײַ
[אויף דער בינע : דער לערער און די תּלמידים]
לערער : אַ גוט מאָרגן קינדער !
תּלמידים : אַ גוט יאָר לערער !
לערער : הײַנט וועט קומען צו אונדז אין קלאַס אַן אינספּעקטאָר וואָס וועט קאָנטראָלירן אַז מיר לערנען זיך גריכיש ווי דער קעניג האָט געהייסן.
[אַנטיוויטוס קלאַפּט אין טיר]
לערער : אַרײַן…
[אַנטיוויטוס קומט אַרײַן]
אַנטיוויטוס : [רעדט פּאַמעלעך] אַ גוט מאָרגן. איך בין דער אינספּעקטאָר אַנטיוויטוס.
לערער : אַ גוט מאָרגן אַנטיוויטוס. [צו די קינדער] האָ גוטאָס מאָרגנאָס קינדערוי!
תּלמידים : האָ גוטאָס יאָראָס לערעראָס !
לערער : האָ גוטאָס מאָרגנאָס אַנטיוויטאָס !
תּלמידים : [חזרן איבער] האָ גוטאָס מאָרגנאָס אַנטיוויטאָס !
אַנטיוויטוס : טוט ווי איר טוט געוויינטלעך. מיך פֿאַרגעסט. איך בין „נישט דאָ“…
לערער : נו קינדער, איר האָט געהערט, דער אינספּעקטאָר איז „נישט דאָ“… איצט חזרט איבער און שרײַבט אין אײַערע העפֿטן : „עפּיפֿאַנעס“.
תּלמידים : [חזרן איבער] „עפּיפֿאַנעס“.
לערער : „עפּיפֿאַנעס – אַ דערשײַנונג פֿון גאָט“.
תּלמידים : [חזרן איבער] „עפּיפֿאַנעס – אַ דערשײַנונג פֿון גאָט“.
לערער : און איצט שרײַבט : „עפּימאַנעס“.
תּלמידים : [חזרן איבער] „עפּימאַנעס“.
לערער : „עפּימאַנעס – אַ משוגענער“.
תּלמידים : [חזרן איבער] „עפּימאַנעס – אַ משוגענער“.
לערער : גוט קינדער, זייער גוט. איצט זאָגט נאָך מיר : „אנטיוכוס עפּיפֿאַנעס“.
תּלמידים : [חזרן איבער] „אנטיוכוס עפּיפֿאַנעס“.
לערער : גוט, גוט. און איצט זאָגט נאָך : „אנטיוכוס עפּימאַנעס“.
תּלמידים : [חזרן איבער] „אנטיוכוס עפּימאַנעס“.
לערער : ווער קען איבערזעצן ?
אַנטיוויטוס : דאַכט זיך אַז איך האָב געזען גענונג ! [גייי אַראָפּ].
לערער : דער אינספּעקטאָר איז אַוועק, קינדערלעך, איצט קענען מיר זיך לערנען ייִדיש.
תּלמידים : יאָ ! ייִדיש !
לערער : „דער קעניג אַנטיוכוס איז אַ משוגענער“…
תּלמידים : [חזרן איבער] „דער קעניג אַנטיוכוס איז אַ משוגענער !“
בילד פֿיר
[די אַקטיאָרן אילוסטרירן אין פּאַנטאָמימע דאָס וואָס דער נאַראַטאָר דערציילט]
נאַראַטאָר : דער אינספּעקטאָר אַנטיוויטוס האָט דערציילט דעם קעניג אַז דער לערער פֿון דער קינדערשול מאַכט חוזק פֿון אים און רופֿט אים „אַנטיוכוס דער משוגענער“. אַ בייזער, האָט דער קעניג באַפֿוילן אײַנצוזעצן אין תּפֿיסה דעם ווידערשפּעניקן לערער. פֿאַר אַ נײעם לערער שטעלט ער אַוועק אַנטיוויטוסן. אַזוי ווי זײַן גריכיש איז נאָך נישט אַזוי אײַ אײַ אײַ, באַשליסט אַנטיוכוס צו גיין אין קינדערשול ווי אַ תּלמיד, און דערבײַ קאָנטראָלירן אַליין אַז מע לערנט טאַקע גריכיש און נישט קיין ייִדיש.
[אויף דער בינע : דער לערער אַנטיוויטוס און די תּלמידים] .
אַנטיוויטוס : אַ גוט מאָרגן, קינדער. מיר האָבן הײַנט אַ נײַעם תּלמיד.
[אַנטיאָכוס קלאַפּט אין טיר]
אַנטיוויטוס : אַרײַן !
[אַנטיוכוס קומט אַרײַן]
אַנטיוויטוס : [בוקט זיך] איך שטעל אײַך פֿאָר קעניג אַנטיוכוס דער פֿערטער, באַקאַנט אונטערן נאָמען „אַנטיוכוס עפּיפֿאַנעס“…
קינדער : האָ גוטאָס מאָרגנאָס אנטיוכאָס!
אַנטיוכוס : ווי שיין… און ווי ענטפֿערט מען ?
תּלמיד א’ : מע ענטפֿערט „האָ גוטאָס יאָראָס“…
אַנטיוכוס : [צום לערער] ס’איז ריכטיק?
אַנטיוויטוס : [אַ ביסל דערשראָקן] אַלץ וואָס דו זאָגסט איז אמת, מײַן קעניג…
אַנטיוכוס : איז וואָס לערנט מען זיך הײַנט ?
אַנטיוויטוס : הײַנט וועלן מיר זיך לערנען וועגן מאכלים. קינדער, וואָסערע מאכלים עסט איר אין דער היים ?
תּלמיד ב’ : פּאָנטשקעס !
אַנטיוכוס : [פֿאַרשרײַבט] „פּאָנטשקעס…“ אַ שיין גריכיש וואָרט ! איך האָב געהערט אַז אַלע ווערטער וואָס ענדיקן זיך מיט אַ סמך זײַנען גריכיש. ס’איז ריכטיק, לערער ?
אַנטיוויטוס : דאָס וואָרט „פּאָנטשקעס“ קען איך נישט, אָבער ס’איז מסתּמא גריכיש אויב דו זאָגסט אַזוי.
אַנטיוכוס : איך זאָג אַזוי !
תּלמיד ג’ : לאַטקעס פֿון בולבעס !
אַנטיוכוס : אוי ווי שיין… [פֿאַרשרײַבט] „לאַטקעס“, „בולבעס“…
נאַראַטאָר : אַ דאַנק די קלוגע קינדער פֿון דער קינדערשול האָט זיך אַנטיאָכוס געלערנט ייִדיש, מיינענדיק אַז ער לערנט גריכיש. ווען אַנטיוכוס האָט זיך עס דערוווּסט, האָט ער
געמיינט אַז ס’איז שוין צו שפּעט פֿאַר אים זיך צו לערנען גריכיש. אַזוי ווי ער קען שוין ייִדיש, האָט ער באַשלאָסן אַז אַלע זאָלן רעדן ייִדיש. נאָך דעם אַז ער האָט באַפֿרײַט דעם ייִדיש־לערער, האָט אים דער לערער געזאָגט אַזוי…
בילד פֿינף
[אויף דער בינע : אַנטיוכוס, אַנטירידוס, אַנטימיטוס און דער לערער] .
לערער : טײַערער אַנטיוכוס, פֿאַר וואָס ווילסטו באַפֿעלן, אַז אַלע מוזן רעדן דווקא די אָדער די שפּראַך ? פֿאַר וואָס צווינגען אַלע מענטשן צו טאָן דאָס זעלבע ? דו זעסט דען נישט וואָס וועט פּאַסירן ?
אַנטיוכוס : וואָס וועט פּאַסירן ?
לערער : זיי וועלן זאָגן אַז דו ביסט אַ משוגענער קעניג…
[אַנטירידוס און אַנטימיטוס שאָקלען צו מיטן קאָפּ] .
אַנטיוכוס : יאָ… „אַנטיוכוס דער משוגענער“. איך האָב זייער פֿײַנט דעם דאָזיקן נאָמען… טאָ וואָס זאָל איך טאָן ?
לערער : גאָר נישט. לאָז די מענטשן לעבן און רעדן וואָס זיי ווילן…
אַנטיוכוס : אַנטירידוס, אַנטימיטוס, וואָס מיינט איר ?
אַנטימיטוס : ער איז גערעכט…
אַנטירידוס : איך מיין אויך אַזוי…
אַנטיוכוס : אַנטימיטוס, פֿאַרשרײַב אַ נײַעם באַפֿעל !
אַנטימיטוס : איך פֿאַרשרײַב, מײַן קעניג…
אַנטיוכוס : „אַנטיוכוס דער פֿערטער, באַקאַנט אונטערן נאָמען אַנטיוכוס עפּיפֿאַנעס, האָט אַרויסגעגעבן אַ באַפֿעל, אַז אַלע מוזן רעדן וואָסער שפּראַך זיי ווילן !“
לערער : פֿאַר וואָס „מוזן“ ?
אַנטיוכוס : „… אַז אַלע מעגן רעדן וואָסער שפּראַך זיי ווילן…“
לערער : בעסער אַזוי…
אַנטימיטוס : פֿאַרשריבן !
אַנטיוכוס : און איצט זאָג אָן דעם באַפֿעל אַלע אײַנוויינער אין מײַן מלוכה !
אַנטימיטוס : [זאָגט אָן צום עולם]
„אַנטיוכוס דער פֿערטער, באַקאַנט אונטערן נאָמען אַנטיאָכוס עפּיפֿאַנעס, האָט אַרויסגעגעבן אַ באַפֿעל, אַז אַלע מעגן זיך לערנען וואָסער שפּראַך זיי ווילן!“
[פֿאָרהאַנג]
עפּילאָג
[אַלע אַקטיאָרן זינגען צוזאַמען דאָס ליד „אַלע שפּראַכן זײַנען שוועסטער“]
אַלע שפּראַכן זײַנען
פּראַכטיקע געזאַנגען
מיט אייגענער מוזיק
און אייגענע קלאַנגען.
די זעלבע עלטערן האָבן זיי,
נאָר נישט די זעלבע ווערטער.
זיי בייגן זיך אין ווײַסן פֿערז,
אין לימעריק, אין העקסאַמעטער …
אַלע שפּראַכן זײַנען רײַך
מיט מחשבֿות און געדאַנקען.
אויסמעסטן אָט די רײַכקייט
קען מען נישט מיט דאָלאַרס, נישט מיט פֿראַנקען.
יעדע שפּראַך גיט צו איר שטים
צום פֿילאָסאָפֿישן אָרקעסטער,
וואָס שפּילט אונדז נאָך אַ מאָל דעם פּיזמון :
„אַלע שפּראַכן זײַנען שוועסטער“.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO