Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קולטורעלע קאָנטאַקטן צװישן ייִדן און אוקראַיִנערCultural Contacts Between Jews and Ukrainians

בײַם אָנהייב פֿון צװאַנציקסטן יאָרהונדערט איז קיִעװ געװאָרן אַ װיכטיקער צענטער פֿון דער נײַער אַװאַנגאַרדיסטישער קונסט.

די געשיכטע פֿון ייִדן אױף די שטחים פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע איז לענגער װי טױזנט יאָר. ייִדן האָבן איבערגעלעבט דאָ ביז גאָר פֿאַרשידענע צײַטן, תּקופֿות פֿון אױפֿבלי און חורבן. ייִדן האָבן דאָ געשפּילט זײער אַ חשובֿע װירטשאַפֿטלעכע ראָלע, אָבער קולטורעלע קאָנטאַקטן מיט דער אַרומיקער באַפֿעלקערונג זײַנען געװען גאַנץ שװאַך. ביז לעצטנס האָבן די ייִדישע היסטאָריקער ניט געהאַט קײן סך אינטערעס אַין קעגנזײַטיקע באַציִונגען צװישן ייִדן און זײערע אוקראַיִנער שכנים. ערשט נאָך דעם פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און דעם אױפֿקום פֿון דער אומאָפּהענגיקער אוקראַיִנער מלוכה האָט מען זיך גענומען סיסטעמאַטיש פֿאָרשן אָט די טעמע.

אַ װיכטיקער בײַטראָג אין די דאָזיקע פֿאָרשונגען איז דער זאַמלבאַנד, „דאָס אוקראַיִנער־ייִדישע באַגעגעניש: די קולטורעלע דימענסיע‟, רעדאַקטירט דורך פּראָפֿעסאָר װאָלף מאָסקאָװיטש און פֿרױ אַלטי ראָדאַל. דאָס בוך באַשטײט פֿון זעקס טײלן, װאָס באַהאַנדלען פֿאַרשידענע אַספּעטקן פֿון די אוקראַיִנער־ייִדישן קולטורעלע באַציִונגען: קונסט, אַרכיטעקטור, קינעמאַטאָגראַף, שפּראַך, מוזיק און די קעגנזײַטיקע אָפּשפּיגלונגען פֿון ייִדן און אוקראַיִנער אין דער ליטעראַטור. צום שלוס באַטראַכט מען דעם ענין פֿון אָפּהיטן די ייִדישע קולטור־ירושה אין אוקראַיִנע הײַנט־צו־טאָג.

אינטענסיװע קולטורעלע קאָנטאַקטן צװישן ייִדן און אוקראַיִנער האָבן זיך אָנגעהױבן ערשט סוף־נײַנצנטןּ יאָרהונדערט, װען בײדע פֿעלקער האָבן זיך אַקטיװ גענומען אױפֿבױען זײערע נאַציאָנאַלע אידענטיטעטן. קולטור איז געװען אַ װיכטיקער באַשטאַנדטײל פֿונעם דאָזיקן נאַציאָנאַלן פּראָיעקט, און פֿאַר דעם האָט מען געדאַרפֿט שאַפֿן אַן אײגענעם פֿאָלקסטימלעכן סטיל אין דער ליטעראַטור און קונסט.

Image by Ukrainian Jewish Encounter

װיטאַ סוסאַק האַלט, אַז די אַנטװיקלונג פֿונעם ייִדישן און אוקראַיִנישן נאַציאָנאַלן סטיל איז געגאַנגען אויף פּאַראַלאַלע דרכים. סײַ אוקראַיִנישע סײַ ייִדישע קינסטלער האָבן צוגעפּאַסט די מאָדערנע פֿראַנצױזישע און דײַטשישע טענדענצן צו געהעריקע פֿאָלק־טראַדיציעס. בײדע שיטות האָבן גענוצט עלעמענטן פֿון נאַציאָנאַלע בגדים און אָרנאַמענטן. דער גאַליציאַנער ייִדישער קינסטלער אפֿרים משה ליליען האָט געשאַפֿן אַן אײגנאַרטיקן סטיל פֿאַרן ציוניסטישן פּראָיעקט, בעת די גאַליציאַנער אוקראַיִנער קינסטלער, אַזעלכע װי מיקאָלאַ װראַטשעק, האָבן געשאַפֿן א דעקאָראַטיװן מאָדערניסטישן סטיל פֿאַר ליטעראַרישע פּובליקאַציעס אױף אוקראַיִניש. סײַ אין דעם, סײַ אין יענעם פֿאַל זעט מען בפֿירוש אַ השפּעה פֿונעם װינער סטיל „סעצעסיאָן‟.

דער סאַמע בולטער ייִדישער פּועל־יוצא פֿון דער דאָזיקער אַנטװיקלונג איז געװען „קולטור־ליגע‟, װאָס איז אױפֿגעקומען אין קיִעװ בשעת דער רוסישער רעװאָלוציע. אַ מוסטער פֿאַרן דאָזיקן פּראָיעקט פֿון דער נײַער ייִדישער קולטור איז געװען דער אוקראַיִנער קינסטלערישער װאַרשטאַט פֿון מיכאַילאָ בױטשוק. אינעם ערשטן יאָרצענדליק פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט איז קיִעװ געװאָרן אַ װיכטיקער צענטער פֿון דער נײַער אַװאַנגאַרדיסטישער קונסט. די קינסטלער באָריס אַראָנסאָן און ישׂשׂכר בער ריבאַק האָבן פּראָקלאַמירט אינעם ייִדישן זשורנאַל „אױפֿגאַנג‟, אַז דװקא די רײנע אַבסטראַקטע פֿאָרמען פֿאַרקערפּערן דעם ייִדישן „נאַציאָנאַלן עלעמענט‟. דער אוקראַיִנער קונסט־היסטאָריקער דמיטראָ האָרבאַטשאָװ דערצײלט אין זײַן קאַפּיטל װעגן דעם, װי ער האָט אין די 1960ער יאָרן װידער „אַנטדעקט‟ די פֿאַרגעסענע קינסטלערישע ירושה פֿונעם קיִעװער אַװאַנגאַרד.

אַװאַנגאַרד האָט איבערגעלאָזט שפּורן ניט נאָר אין דער מאָלערישער קונסט אָבער אױך אין דעם קינעמאַטאָגראַף. װי עס שרײַבט סערהיי טרימבאַטש, האָט די אידעאָלאָגיע פֿונעם אַװאַנגאַרד פֿאַרמאָגט אַ געװיסן משיחיסטישן בײַטעם. דער דאָזיקער בײַטעם פֿילט זיך אין די פֿילמען פֿונעם באַרימטן אוקראַיִנער רעזשיסאָר אַלעקסאַנדר דאָװזהענקאָ, װעלכער האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ מין אוקראַיִנער נבֿיא. ענלעכע מאָטיװן, װאָס זײַנען פֿאַרקניפּט מיט דער השׂגה פֿון דער רעװאָלוציע װי אַ נײַע „מעשׂה בראשית‟, געפֿינט מען אױך אין די װערק פֿון ייִדישע דיכטער פֿון די ערשטע יאָרן נאָך דער רוסישער רעװאָלוציע.

די באַציִונג פֿון אוקראַיִנער נאַציאָנאַליסטן צו ייִדן איז אָפֿט מאָל ניט געװען פּאָזיטיװ. אײניקע שרײַבער װי למשל אָלענאַ פּטשילקאַ אָדער פּאַנטעלײמאָן קוליש, האָבן געשילדערט אַ סטערעאָטיפּישע געשטאַלט פֿון אַ ייִד, װאָס האַלט בײַ זיך דעם שליסל פֿון דער קריסטלעכער צערקװע און מאָנט געלט בײַ די קריסטן װען זײ װילן זיך מאָליען. װי עס שרײַבט מיראָסלאַװ שקאַנדריִי, זײַנען די דאָזיקע אַנטיסעמיטישע װערק װידער פּובליקירט געװאָרן אין 2005 מיטן צװעק פֿון פֿאַרפֿעסטיקן די נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען אין אוקראַיִנע. די דאָזיקע פּובליקאַציע האָט גורם געװען אַ סקאַנדאַל, און מער האָט מען אַזעלכע טעקסטן ניט פּובליקירט. אַנטיסעמיטישע שטימונגען זײַנען אױך געװען פּאָפּולער צװישן די רעכטע אוקראַיִנער ליטעראַטן אין אױסלאַנד, בפֿרט אין די 1930ער און 1940ער יאָרן, װען אײניקע פֿון זײ האָבן מיטגעאַרבעט מיט די דײַטשישע נאַציסטן. אָבער עס זײַנען אויך געװען שרײַבער, װאָס האָבן באַשריבן דעם ייִדישן חורבן מיט מיטלײַד, װי למשל דאָקיאַ הומענאַ אין איר ראָמאַן, „געקרײצטער יאַר‟, װעגן דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון קיִעװ.

דער ענין פֿון אױפֿשטעלן אַ דענקמאָל לזכר די קרבנות פֿון די נאַציסטישע רציחות אין קיִעװער באַבי יאַר רופֿט אַרױס הײסע חילוקי־דעות עד־היום. אין סעפּטעמבער 1941 האָבן דאָרט די דײַטשן און זײערע אוקראַיִנער מיטהעלפֿער צעשאָסן העכער װי דרײַסיק טױזנט ייִדן. שפּעטער האָבן די דײַטשן גענוצט דעם דאָזיקן אָרט צו שיסן אַ סך אַנדערע מענטשן, צװישן זײ — די סאָװעטישע געפֿאַנגענע, פּאַרטיזאַנער און שפּעטער אױך אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן, װאָס האָבן זיך געשלאָגן סײַ קעגן די סאָװעטן סײַ קעגן די דײַטשן. דאָס שאַפֿט אַ קאָמפּליצירטע פּראָבלעם װאָס שייך דער פֿראַגע, וואָס פֿאַר אַ מין דענקמאָל, אָדער אפֿשר עטלעכע דענקמעלער, קאָן אָפּמערקן אָט די אַלע ביז גאָר פֿאַרשידענע קרבנות פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע? לעצנטנס איז דער דאָזיקער ענין געװאָרן נאָך מער קאָמפּליצירט פּאָליטיש, װײַל עס האָבן זיך דערין אַרײַנגעמישט אײניקע רוסלענדישע ייִדישע גבֿירים פֿון אוקראַיִנער אָפּשטאַם. דאָס איז אַ באַװײַז, אַז די באַציִונגען צװישן ייִדן און אוקראַיִנער איז װײַט ניט קײן רײן היסטאָרישער ענין. דאָס איז אַן אַקטועלע אינטערנאַציאָנאַלע פּאָליטישע פּראָבלעם, װאָס באַטרעפֿט אינטערעסן פֿון פֿאַרשידענע מלוכות: אוקראַיִנע, רוסלאַנד, אַמעריקע, קאַנאַדע און ישׂראל.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version