ייִדיש אין אַנטווערפּן איז יאָ אויטענטישער ווי אין וויליאַמסבורגYiddish In Antwerp – Definitely More Authentic Than In Williamsburg
ווען נישט די אַלטע ייִדישע לידער און מעשׂה־ביכלעך וואָלטן הונדערטער ייִדישע ווערטער געווען אומבאַקאַנט בײַ די וויליאַמסבורגער חסידים.
איך האב לעצטנס געלאנדעט אין א זייטל פונעם קאווע שטיבל אויפן געוועב, וואו כ‘האב דערזען א קארגן דין ודברים איבער מיינס א פאראיאריגער מאמר דא אינעם פארווערטס.
דארטן באהויפט איך אז אין אנטווערפן ליגט דער סוד פון אידיש. רעאגירט עמיצער דערויף: „זיי, די אויסלענדער, זענען אנציקט פון אנטווערפענער אידיש, ווייל זיי ווייסען נישט אז אלע ווערטער וואס אין אמעריקא בארגט מען פון ענגליש און אין ארץ־ישראל פון לשון הקודש, נעמען זיי פון פלעמיש. וויבאלד דער עולם קען נישט קיין פלעמיש, מיינט מען אז עס איז אידיש. עס איז פונקט אזוי אומריין ווי סיי וועלכע אידיש.‟
שוין מיט א לאנגע צייט צוריק האב איך געזען אין דעם זשורנאל „מעלות‟ ווי עמיצער טענה’ט אז די גאנצע אנטציקונג פון די אנטווערפענער אידיש איז פשוט אומריכטיג. יענער רעכנט אויס א ליסטע פון לועז’ישע ווערטער אין אנטווערפן’ס טאג טעגליכער אידיש, פון די בעלגישע שפראכן פראנצויזיש און פלעמיש (האלענדיש):
פאלבאק פאר מיסטקאסטן, הוקסקע פאר ווינקל, באלעקע פאר צוקערל, פאטשע פאר טעפל, בריאש פאר א דאניש זיס געבעקסל, ביק פאר פעדער, קלערטשע פאר צייכנקרייד, קאמיאן פאר לאסטוואגען, וואקאנס פאר דאטשע, קאנסיערש פארן בנין אויפזעער, גראטיס פאר אימזינסט, אפספראק פאר באשטעלונג, וועלא פאר ביציקל, טראטואר פאר בורגער-שטייג, עקארנטשע פאר אייכהארן, נאטשע פאר אמעריקאנער ניס. אזוי נאך צענדליגע פרעמדע ווערטער במיוחד צווישן די ווייבער און ארבייטער קלאסן, ווערטער וועלעכע האבן נישט געזעהן און נישט געשמעקט די אידיש פון אונזערע פוילישע, רוסישע, ליטווישע און קארפאטישע זיידעס און באבעס.
איז אכן נודע הדבר אז די אזוי בארימטע אויטענטישע ריינע אנטווערפענע אידיש איז אן אילוזיע, אן אויסדאכטעניש. עס איז א היינטיגער אנגעפיקעוועטער אידיש ווי די איבעריגע אידישעס.
הער, איך בין אויפגעוואקסן סיי אין אנטווערפן סיי אין וויליאמסבורג. אין ביידע מקומות בין איך אינדערוואכן געגאנגען אין א סאטמארער חדר און שבת אין א גאליציאנער שטיבל, קען איך דערפאר משפטן צווישן די צוויי מיט גערעכטיגקייט. וויל איך מיך דא מיט די יעניגע היינט ארום טענה’ן, איך וועל זיך אפילו בייזערן, און זאגן מיט א פארקרומט פנים, און דוקא אינזינען האבנדיג דעם אמעריקאנישן פארוואונדערונג פראזע, Are you kidding?? וואס, פארגלייכן ווילט איר דעם אנטווערפענעם אידיש צום וויליאמסבורגן, אלס צוליב צוואנציג דרייסיג לאקאלע לועז’ן?
זאג מיר נאר מיין טייערער, וויאזוי זאגט מען Please cross me אין אנטווערפענער היימיש לשון? דעם דאזיגן „פליס קראס מי‟ לערנט מען די וויליאמסבורגער קינדער מיט די מוטערס מילעך, און דאס איז נישט דער איינציגסטער אמעריקאנישע זאץ טיף איינגעגלידערט אינעם וויליאמסבורגער לשון. אנטווערפן דאקעגן, אויף ווי ווייט איך ווייס, פארמאגט נישט אפילו איין לועז’ישער זאץ. און ווערטער ווילט איר פארמעסטן? אמעריקאנישע ווערטער באשפרענגלען דעם וויליאמסבורגן אידיש, נישט אין די צענדליגער, נאר אין שווערע הונדעטער:
ווינדאו, (פענסטער), וועידזשעס (געהאלט), פייט (קריגעריי שלעגעריי), פליס (ביטע), טיטשער (לערער, לערערין), לייט (לעקטער), פאליס (פאליציי), סווימינג פאל (שווים באסיין), טשיז קעיק (קעז קוכן), פיי (טארט), גראסערי סטאר (געשעפט, שפעצעריי, קראם), וועטשטעיבל (גרינצייג), עראפלעין (פליגער), טרעין (באן), טרעקס (שינעס), וואטש (פאסאויף), פאני (מאדנע), טשענזש (רעשט, קליינגעלט), שאר (זיכער), סטעפס (שטיגן, טרעפן), פלאר (גרונד, ערד, באדן), מאפן (וואשן), קלינען (אויפרוימען, רייניגן), רעסטל (ראנגל) דישעס (געפעס, געשיר), שאוער (שפריץ, דוש), ביזנעס (געשעפט), פעקטערי (פאבריק), דאג (הונט), אליווס (זתים, אליווען), דראם פויק), טראמפעט (טראמפייטער).
איך קען אזוי ממשיך זיין מיט בלי גוזמא הונדעטער ווערטער, געניצט ביי די היימישסטע שבהיימישסטע אין וויליאמסבורג, דאס איז שוין נאכדעם וואס לזכותם קען מען זאגן אז טייל פון זיי פראבירן נאך יא שטארק צו האלטן זיך טריי צום אידישן אידיש, אבער איר זעט דאך וואס דא טוט זיך.
און רוב פון די ווערטער זענען נישט אויף נייע שטאטישע המצאות און באגריפן, נאר טאקע אויף אלטע באגריפן וועלעכע פארמאגן מסורת’דיגע נעמען און ווערטער גענוצט געווארן ביי אלע אמאליגע אידיש רעדנדיקע. דאכט זיך אז אפילו א ירושלים’ער אידיש וואס איז שוין אויך גוט אנגעפיקעוועט מיט עברית וועט נישט אזוי ווייט ערזעצן אלטע ווערטער מיט עבריתישע. עס ליגט מיר צום ביישפיל נישט אין קאפ א ירושליםער זאץ ווי: „בטח, מאך אויף די חלון, אבער תזהר, מען איז מנקה דא‟… (זיכער, מאך אויף די פענסטער, אבער גיב אכטונג, מען רייניגט דא) און אז שוין יא אנדערע צאללאזע כלל-העברעאישע ווערטער דארטן אינעם ירושלים’דיגער מאמע לשון, טאמער קענען זיי קלינגען לשון הקודש’דיג, ווי למשל דירה, בנין, כלב, כלים, ירקות, וועלן זיי אפט ארויסגעזאגט ווערן מיט דער טראדיציאנעלער לשון הקודש’דיגער ארויסזאג.
עס איז ביי מיר קיין ספק נישט, אין וויליאמסבורג, ווען נישט אלטע אידישע לידער, דרשות, ווערטלעך, תפילות, ספרים און מעשה ביכלעך וואלטן דא הונדערטער ניצבארע אידישע ווערטער נישטאמאל געווען באוואוסט. האט דאך פלוני א וויליאמסבורגער מיר ריכטוג געזאגט אמאל ווען איך האב גערעדט מיטן אנטווערפענעם אידיש: „דו רעדסט ווי א מעשה ביכל‟.
פארגעס פון די נשים אדער באלעבאטים, מאכערס און „וויכטיג מאכערס‟, פון זיי רעד איך גארנישט; אין זייער אידיש קען מען דאך שוין קוים דערשנאפן א אידיש ווארט מיט לחליכות. דארטן גייט עס לינקס וועגס אין א ראקעטישער טעמפא, אנטשולדיגט פארן זאגן, אבער זיי פארגוואלדעווען דעם אידיש ביז די סאמע נשמה, ליידיגן איר אויס פונעם אידישן רגש, פארשמירן דאס לעצט ביסל חן.
ביי די קרייזן וואו איך האב מיך געדרייט אין אנטווערפן, האב איך נישט געזען אפילו א קליין חלק’סטל פון אזא לועזישער שטראם, נישט צווישן די פרומע וצידקתך’ניקעס, אויך נישט צווישן ארבעטערס, און אפילו נישט צווישן די נשים. און אויך דאס ביסל לאקאלע לועז’ן דא, כמעט וואס זיי זענען נישט אזעלעכע וואס ערזעצן און שטיפן אפ ווערטער פון די מסורה, נאר זענען ליבערשט נעמען פון נייע באגריפן, המצאות און פירמעס, און אין זעלטענע פאלן ווען א פלעמיש (האלענדיש) ווארט ענדלט ממש צו א אידישן, און מען זאגט דאס מיטן לאקאלן קלאנג. און אז שוין יא לועז’ן, דאכט זיך אז עס זענען דא דא מער לועז’ישע ווערטער געבארגט פון ניו יארק און ארץ ישראל איידער פון די לאקאלן; ווערטער פאר חפצים אדער באגריפן וואס זענען לכתחילה באקאנט פון אויסלאנד.
קיינער ערווארט דאך נישט אז מען זאל דא רעדן מיט אלעם פונקט ווי אין שטעטל, אפילו די אידיש פון איין שטעטל איז דאך נישט גענוי ווי די אנדערע, די מציאות פון לעבן איז דאך אומעטום אנדערש. נאר וואס, מען האלט זיך בנאמנות צום גייסט פון אידיש, מען איז די מאמע לשון מכבד, נישט נאר אין אן ערוב תבשילין צעטל נאר אין אלע אומשטענדן פון לעבן, בלייבט דאס א קראפטיגער אידיש.
הערט זשע, אזא צאל לועז’ישע ווערטער האט דאך אויך פארמאגט דער אזוי זיסער און זאפטיגער פוילישער מאמע לשון, ווערטער וועלעכע זענען טאקע ממש אריין אין אירע ביינער, ווי דזשארופקע פאר בירנע, פאדלאגע פאר גרונד, פאלעצע פאר פאך, קאפעלוטש פאר הוט, ראסל פאר פליישן זאפט, טאקע פאר אזוי, פאניע בראד פאר פריינד, ראווער פאר ראדעלן (ביציקל), און אפשר נאך א פאר פראקטישע ווערטער.
אמת, מען זעט אמאל די היפוך, עפעס אן אידיש ווארט אין וויליאמסבורג לשון וואס איז אין אנטווערפן ערזעצט מיט א לועזיש ווארט. זייער זעלטן אבער, בעיקר אינערהאלב משפחה רינגען אדער קהילה קרייזן פאר אינערליכע שיל און קיך באגריפן אדער גלייכווערטלעך, (דאכט זיך בעיקר צווישן אפשטאמיגע פון די קארפאטן און גאליציע, א ביישפיל וואס קומט מיר יעצט אויפן געדאנק איז „קנישעס‟, וואס אין אנטווערפן האב איך עס געקענט אלס בורעקאס), און דאס טרעפט פונקט אזוי מיט די חב”ד’סקער, עפעס א שיין אידיש ווארט וואס איז נישטא אין אנטווערפן, וואס ניטאמאל רעדן זיי א טאג טעגליכער אידיש.
און מיר האבן נישט אנגערירט די אזויגערופענע אידישע ווערטער אין וויליאמסבורג, וועלעכע זענען גלאטע פארטייטשונגען פונעם אמעריקאנעם לשון, אפנייגענדיג פונעם אמאליגן אויסדרוק. א קליינע צאל ביישפילן זענען, גלעזער פאר ברילן, אויליג פאר פעט, און טאקע פעט פאר גראב, שטיי אוועק פאר דערווייטער זיך (א קלארע איבערזעצונג פון stay away). דאכט זיך אז דאס איז נישט די מעשה מיטן אנטווערפענעם אידיש. און לאמיר זיך נישט נארן. צו שאצן שפראך ריינקייט בלויז לויט לועז’ישע ווערטער איז נישט גענוג; אויך די סטרוקטור פון זאצן מאכט אויס, אנטווערפענע אידיש, אפילו מיט לועז’ישע ווערטער דערין היט אויף איר אייגנארטיגער און בא’חן’טער אידישער, קלאנג, הטעמה און געבוי.
נאר וואס, בריטישע אידיש, זיי קענען זיך אפשר יא פארמעסטן מיטן אנטווערפענעם, נישט מיטן רייכקייט און כאראקטער אבער מיטן ריינקייט, הגם עס איז ווייניג אין באניץ, אבער גאנץ א געזונטער אידיש. דא זאגט מען נישט „איי עם סארי‟, נאר „אנטשולדיגט‟, זיי זאגן נישט פלאר, נאר שטאק. זיי זאגן נישט „בעק יארד‟, נאר גארטן. דער ענגלענדער ווייסט ווי מכבד צו זיין א גערעדט לשון. א לועזיש ווארט דא ברעכט זיך נישט אריין ווי א וואנדאל.
קום איך דא פארשלאגן צוויי טעארעטישע סיבות פארוואס וויליאמסבורג האט דאס מערסט לועזישער אידיש:
איינס, זיי האבן זיך געלערנט פון זייערע שכנים. די ניו יארקער עסן אלצדינג, קויפן אלצדינג, און רעדן אלצדינג, היסטאריש האט זיך ניו יארק אנגעהויבן מיט האלאנדיש (וואס איז איראניש. אויך די כלל שפראך פונעם היינטיגן אנטווערפן, די הויפט מחותן אין אונזער שמועס) באגלייט מיט אנדערע אכצן שפראכן, דערנאך מיט ענגליש אלס כלל שפראך אין באגלייטונג פון הונדערטער לשונות. ווי א ריכטיגער שמעלצטאפ זענען די גוטע ווערטער פון יעדער געמיינדע געווארן א טייל פון ניו יארקער לשון, א דור הפלגהדיגער מישמאש פון כלערליי ווערטער געבארגט און גע’גזל’ט. איז אלזא נישט קיין חידוש אז דאס אייגענע געשעט מיטן ניו יארקער אידיש.
א צווייטער סיבה, און דאס קען זיין אפילו דער מער ווארשיינליכער סיבה: דא רעדט מען פונעם וויליאמסבורגער אידיש און נישט פונעם באבובער בארא פארקער אידיש. עס איז ידוע אז די אונגארישע אידן האבן מתחילה נישט געקענט אזא גוטע אידיש מחוץ די שיל. אט די אידן זענען די עיקר גרינדער פונעם וויליאמסבורגער אידנטהום, איז דערפאר פארשטענדליך אז זיי האבן פאר וואס אימער פראקטיש אריינגערוקט לאקאלע לשונות. אנדערש זענען די באבובער, זיי זענען לכתחילה געקומען מיט א אידיש וואס דעקט רוב אספעקטן אין לעבן, הגם אויך דער בארא פארקער אידיש איז שוואך אין באניץ וויבאלד די נשים זייערע ניצן איר נישט אזוי.
הכלל מען קען דן זיין ווי ווייט מיוחס די אנטווערפענער אידיש איז כלפי די בריטישער און באבובער, אדער כלפי די מאה שערים’דיגער. אבער כלפי איר גרעסטער קאנקורענטץ בכמות, דער וויליאמסבורגער, איז קיין ספק נישט אז זי איז א גרויסער מיוחס.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO