ווידעאָ: יצחק באַשעוויס, דער פֿאַרכאַפּנדיקער רעדנערWATCH: Isaac Bashevis Singer, The Dynamic Speaker
דער גרויסער שרײַבער דערקלערט אויף אַ מסיבה לכּבֿוד אים אין שטאָקהאָלם, פֿאַר וואָס ער שרײַבט אויף מאַמע־לשון.
צוליב דעם וואָס מע האָט די וואָך צוגעטיילט די „נאָבל־פּרעמיע‟ פֿאַר ליטעראַטור, ברענגען מיר אײַך אַ ייִדישע רעדע פֿונעם נאָבל־לאַורעאַט יצחק באַשעוויס, וואָס ער האָט געהאַלטן אין שטאָקהאָלם אין דעצעמבער 1978 אין צוזאַמענהאַנג מיט זײַן באַקומען די „נאָבל‟־פּרעמיע. כאָטש באַשעוויס איז הײַנט באַקאַנט פֿאַר זײַנע ליטעראַרישע ווערק, איז ער אויך געווען אַ טאַלאַנטירטער רעדנער, וואָס האָט פֿאַרווײַלט מענטשן מיט זײַנע רעפֿעראַטן, וויצן און אַנעקדאָטן (און זייער אָפֿט אַ געמיש פֿון אַלע דרײַ) אויף ייִדיש און ענגליש.
אין דער רעדע, וואָס די ישׂראלדיקע מלוכישע ראַדיאָ־נעץ „קול־ישׂראל‟ האָט דערנאָך טראַנסמיטירט מיט אַ קורצן אַרײַנפֿיר פֿון אפֿרים שעדלעצקי, דערקלערט באַשעוויס פֿאַר וואָס ער שרײַבט אויף ייִדיש. ער מאַכט אויך אַ ביסל חוזק פֿון די, וואָס האַלטן, אַז ייִדיש זאָל דאַרף אַ וואָרט אויף אַלץ. ס׳איז כּדאַי זיך צו באַקענען מיט זײַן געשמאַקן וואַרשעווער לשון, עפּעס וואָס מע הערט הײַנט זעלטן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO