פֿרוי פֿון שפּײַזקראָם־אייגנטימער און יונגער אַקטיוויסט זענען צווישן דזשערזי־סיטי קרבנותWife Of Kosher Grocery Store Owner and Young Activist Were Jersey City Victims
לאה מינדל פֿערענץ און משה הערש דויטש זענען געווען אַקטיווע טוער אין די חסידישע קרײַזן.
די נעמען פֿון צוויי פֿון די פֿינעף מענטשן וואָס זענען נעכטן דערהרגעט געוואָרן אינעם מוראדיקן שיסערײַ אינעם כּשרן שפּײַזקראָם אין דזשערזי־סיטי זענען שוין אַרויסגעלאָזט געוואָרן.
לאה מינדל פֿערענץ, די 33־יאָריקע פֿרוי פֿונעם אייגנטימער פֿונעם „דזשיי סי כּשרן סופּערמאַרקעט‟, האָט געאַרבעט אין געשעפֿט ווען זי איז דערשאָסן געוואָרן. זי האָט פֿאַראָבֿלט איר מאַן מיט דרײַ קינדער, לויט קוואַלן פֿון חב״ד.
זי איז געווען אַ „פּיאָנער‟ אין דזשערזי סיטי, האָט מיטוואָך באַמערקט הרבֿ דוד נידערמאַן, דירעקטאָר פֿון די „פֿאַראייניקטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין וויליאַמסבורג‟ בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ. „ זי און איר מאַן זענען געווען צווישן די ערשטע זיך צו באַזעצן אין דזשערזי סיטי, ווי אַ סך משפּחות וואָס קענען נישט אויספֿירן אַ היים פֿאַר זייער וואַקסנדיקער משפּחה און האָבן געקלערט: ׳לאָמיר זיך איבערציִען אויף אַן אָרט וואָס איז ביליקער און איך וועל עס טאָן ווי אַ בײַשפּיל פֿאַר אַנדערע. כ׳וועל עפֿענען אַ שפּײַזקראָם כּדי משפּחות זאָלן קענען קויפֿן וואָס זיי דאַרפֿן דאָרט, און דערבײַ פֿאַרגרעסערן דעם ייִשובֿ, און פֿאַרגרינגערן די שוועריקייטן בײַ אַזוי פֿיל משפּחות וואָס לעבן אין שרעקלעך אָרעמע באַדינגונגען.‟
דער צווייטער קרבן פֿונעם שיסערײַ איז געווען משה הערש דויטש, 24 יאָר, דער זון פֿון אַן עסקן אין דער ברולינער סאַטמערער קהילה, לויט חסידישע נײַעס־קוואַלן. אַנדערע מקורים האָבן געזאָגט אַז ער איז געווען אַ שוועסטערקינד פֿון פֿרוי פֿערענץ.
דויטש איז געווען אַן אַקטיוויסט בײַם אָרגאַניזירן אַ גרויסע שפּײַז־קאַמפּאַניע וואָס באַזאָרגט 2,000 משפּחות מיט עסן, האָט נידערמאַן געזאָגט.
דעם נאָמען פֿון אַ דריטן קרבן האָט מען נאָך נישט אַרויסגעלאָזט. ער איז געווען אַן אַרבעטער אין דער שפּײַזקראָם און נישט קיין ייִד.
בײַ נידערמאַנען זענען געשטאַנען טרערן אין די אויגן ווען ער האָט דערציילט וועגן די „עטלעכע הונדערט קוילן‟ וואָס האָבן דערהרגעט דויטש. „ווי קענען מיר, ווי אַ קהילה, הערן אַזאַ זאַך?‟ האָט ער געזאָגט. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט דורך טוויטער איבערגעגעבן טרייסטווערטער פֿאַר די צוויי קרבנות.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO