Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דרײַ ייִדן, איין פּאָליציאַנט דערהרגעט דורך שיסערײַ אין כּשרער שפּײַזקראָם אין דזשערזי־סיטיThree Jews, One Officer Killed in Jersey City Kosher Market Shootout

אַ ווידעאָ ווײַזט ווי קינדער אין אַ חדר רעאַגירן אויפֿן שיסן.

דרײַ ייִדן און אַ פּאָליציאַנט זענען דינסטיק נאָך מיטאָג דערהרגעט געוואָרן אין אַ שיסערײַ אין אַ כּשרער שפּײַזקראָם גלײַך לעבן דעם שטיבל „קהל עדת גרינוויל בית זאבֿ דובֿ‟ אינעם חסידישן ייִשובֿ אין דזשערזי סיטי. די צוויי פֿאַרדעכטיקטע שיסער זענען אויך אומגעקומען.

לויט די ערשטע נײַעס־באַריכטן איז דאָס שיסערײַ אויסגעבראָכן נאָך אַ צוזאַמענשטויס צווישן עטלעכע פֿאַרדעקטע (אָנדערקאָווער) פּאָליציאַנטן און די צוויי פֿאַרדעכטיקטע. שפּעטער האָט מען איבערגעגעבן, אַז ס׳איז נאָך ניט קלאָר פֿאַר וואָס מע האָט אָנגעהויבן שיסן. אַזוי צי אַזוי, זענען די שיסער אַרײַנגעלאָפֿן אין דער כּשרער שפּײַזקראָם, „דזשיי־סי כּשר סופּערמאַרקעט‟.

אינעם אינצידענט זענען אומגעקומען דרײַ ייִדן פֿונעם אָרטיקן חסידישן ייִשובֿ, אַ פּאָליציאַנט און די צוויי פֿאַרדעכטיקע פֿאַרברעכער. צוויי פּאָליציאַנטן זענען אויך פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן.

אינעם ווידעאָ אונטן קען מען זען ווי מלמדים און תּלמידים אין אַ דערבײַיִקן חדר רעאַגירן מיט שרעק אויפֿן שיסערײַ.

גרינוויל, די געגנט אין וועלכער ס׳איז אויסגעבראָכן דאָס שיסערײַ, איז אַ נײַער קליינער חסידישער ייִשובֿ פֿון בערך 70 ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות וואָס האָבן נישט געקענט אויספֿירן דאָס הויכע דירה־געלט אין ברוקלין, לויט אַ באַריכט אויף JC.com פֿאַראַיאָרן. דער ייִשובֿ באַשטייט פֿון סאַטמאַרער און באָבעווער חסידים.

די שפּײַזקראָם געפֿינט זיך לעבן דעם „גרינוויל בית־מדרש‟, אויך באַקאַנט ווי די גרינוויל שיל און לעבן אַ חדר און ישיבֿה. די שפּײַזקראָם, וואָס איר אייגנטימער איז משה פֿערענץ, האָט זיך געעפֿנט אין יולי 2017. לויט אַ פֿאַרבײַגייער פֿאַרקויפֿט מען דאָרט כּלערליי מינים שפּײַזן אָבער נישט קיין פֿלייש. במשך פֿונעם טאָג קומען מענטשן אַרײַן כּסדר צו כאַפּן אַ שמועס מיט זייערע שכנים.

די לעצטע ידיעות וועגן דער שיסערײַ קען מען באַקומען פֿונעם Forward.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.