Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

עכטע ייִדישע קאָלירן?True Jewish Colors?

בײַ רש״י וואָלט דער נאָמען פֿון דער גרעסטער פּאַרטיי אין דער כּנסת, „כּחול לבֿן‟, געמיינט „שוואַרץ און ווײַס‟.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך אויף טשיקאַוועס געקויפֿט אַ דרײַ־פֿאַרביקע בלוי־ווײַס־רויטע הבֿדלה־ליכט אין מאַרסיי. איינער אַ ייִד האָט עס בײַ מיר דערזען און געטענהט, אַז די קאָלירן פֿון דער פֿראַנצויזישער רעפּובליק טויגן נישט פֿאַר ייִדן; אַ הבֿדלה־ליכט מוזן זײַן, לויט זײַן דעה, אָדער סתּם אַ וואַקסענע, אָדער אַ ווײַס־בלויע.

אַנטקעגן וואָס זאָג איך דאָס? אין די לעצטע פּאָר חדשים, צוליב די פּאָליטישע סיכסוכים וועגן דער אידענטיטעט פֿון מדינת־ישׂראל, האָב איך שוין צום ווייניקסטן אַ טוץ מאָל געהערט און געלייענט, אַז בלוי און ווײַס זענען, כּלומרשט, די איינציקע „עכטע‟ ייִדישע קאָלירן.

לעצטנס האָט זיך באַוויזן אין דער מעדיאַ און אויף דער אינטערנעץ אַ נײַע כוואַליע נײַעס און שאַרפֿע דיסקוסיעס וועגן דער פּאַרטיי־אַליאַנץ אין מדינת־ישׂראל, וואָס טראָגט דעם נאָמען „כּחול לבֿן‟. געשאַפֿן אין פֿעברואַר, האָט די אַליאַנץ גורם געווען די פֿריִיִקע כּנסת־וואַלן אין אַפּריל און אויסעראָרדנטלעכע נײַע וואַלן דעם 17טן סעפּטעמבער, אויף וועלכע זי האָט באַקומען די גרעסטע צאָל ערטער אינעם פּאַרלאַמענט.

דער נאָמען פֿון דער אַליאַנץ מיינט אויפֿן מאָדערנעם העברעיִש „בלוי־ווײַס‟. צוליב דער ישׂראלדיקער מלוכישער סימבאָליק האָט זיך בײַ אַ סך הײַנטיקע ייִדן געשאַפֿן דער דערמאָנטער קאָלירן־סטערעאָטיפּ. למשל, איך קען גאַנץ פֿרומע ייִדישע משפּחות אין ניו־יאָרק, וואָס באַצירן זייערע חנוכּה־לעמפּ מיט בלויע און ווײַסע ניטל־צירונגען.

בלוי־ווײַסע סימבאָלן האָבן זיך צוערשט באַוויזן אין שײַכות מיט ייִדן בײַם סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט — אין ראשון־לציון און אַנדערע ארץ־ישׂראלדיקע ייִדישע קאָלאָניעס. די געשיכטע פֿון אַזאַ פֿאַרבן־גאַמע בלײַבט אומקלאָר. לויט אַ באַקאַנטער אינטערפּרעטאַציע, זענען די בלויע פּאַסן אויף דער ישׂראלדיקער פֿאָן מרמז אויפֿן טלית. בײַ די אַשכּנזים זענען אָבער די טליתים אַלעמאָל געווען מיט שוואַרצע פּאַסן, און אין געוויסע מקומות פֿון מיזרח־אייראָפּע — באַגלייט מיט זילבערנע צירונגען, בעת דער טראַדיציאָנעלער ספֿרדישער טלית איז אַ ריין ווײַסער. אַדרבה, די מאָדע אויף ווײַס־בלויע טליתים האָט זיך ברייט פֿאַרשפּרייט אין די לעצטע פּאָר דורות דווקא אין שײַכות מיט דער ישׂראלדיקער ווײַס־בלויער פֿאָן.

בײַ פֿאַרשיידענע מענטשן קאָן ייִדישקייט זיך אַסאָציִיִרן מיט גאַנץ היפּוכדיקע פֿאַרבן. דער גרויסער רוסישער פּאָעט אָסיפּ מאַנדעלשטאַם האָט אַסאָציִיִרט ייִדן מיטן „שוואַרץ־געלן ליכט‟. פֿאַרוואָס? אין דער שיל, ווי ער האָט געדענקט פֿון קינדווײַז אָן, האָבן געהערשט אָט די פֿאַרבן: אַלטע פֿאַרגעלבטע טליתים, שוואַרצע תּפֿילין, געלע ליכט בײַם עמוד. אַגבֿ, שוואַרץ מיט געל זענען אַ גענויע אינווערסיע, אַ נעגאַטיוו־בילד פֿון ווײַס און בלוי.

פֿון דער צווייטער זײַט, זענען בײַ אַ טייל מוסולמענער אין מיטל־עלטער געווען באַקאַנט זייער ענלעכע סימבאָלן. די ווײַס־בלויע פֿאָן פֿון דער קאַראַמאַניד־דינאַסטיע אין טערקײַ איז געווען באַצירט מיט אַ בלויען מגן־דוד. דער זעקס־עקיקער שטערן איז געווען פֿון קדמונים אָן אָנגענומען בײַ אַ סך פֿעלקער ווי אַ סגולה; ער באַווײַזט זיך כּסדר אין אינדיע, אָפֿט האַנט אין האַנט מיטן האַקנקרייץ — לכתּחילה אַ נייטראַלער זון־סימבאָל. האַקנקרייצן טרעפֿן זיך אויך, הגם זעלטן, אין דער מאָזאַיִק פֿון אוראַלטע שילן און אין קבלה.

אין דער תּורה איז פֿאַראַן דאָס וואָרט „תּכלת‟ — אַ בלויע פֿאַרב, וואָס מע פֿלעגט מאַכן פֿון אַ געוויסן מין ים־מושל. אין די מלבושים, וואָס דער כּהן־גדול האָט געטראָגן, ווען ער האָט געדינט אינעם בית־המיקדש, האָט פֿיגורירט אויך די רויטע פֿאַרב תּולעת־שני: אָט זעט איר די „פֿראַנצויזישע‟ קאָלירן מיט אַ ייִדישן טעם!

דאָס וואָרט „כּחול‟ האָט בײַם אָנהייב געמיינט די שוואַרצע אויגן־קאָסמעטיק, געוויינטלעך געמאַכט פֿון אַנטימאָניום. צוליב אַ טשיקאַווען שפּראַכלעכן גילגול קומט פֿונעם זעלבן שורש דאָס אַראַביש־שטאַמיקע וואָרט „אַלקאָהאָל‟. די אייראָפּעיִשע אַלקאָהאָל־דיסטילאַטאָרן זענען היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט די אַפּאַראַטן, וואָס אינעם מיטל־מיזרח האָט מען באַנוצט אין דער קאָסמעטישער אינדוסטריע.

רש״י טײַטשט אָפּ „כּחול‟ ווי אַ פֿאַרב נאָענט צו שוואַרץ. באַקומט זיך, אַז „כּחול לבֿן‟ וואָלט בײַ אים געמיינט „שוואַרץ און ווײַס‟. אַזאַ נאָמען וואָלט הײַנט גיכער געפּאַסט פֿאַר עפּעס אַ חרדישער אָרגאַניזאַציע.

ערנסט גערעדט, איז די עצם־פֿראַגע מאָדנע. די געשיכטע פֿון יעדן פֿאָלק טראָגט אין זיך אַלע פֿאַרבן אינעם בוכשטעבלעכן און פֿיגוראַטיוון זין. ווען פֿונעם גאַנצן קולטור־היסטאָרישן רײַכטום קלײַבט מען אויס מאָדערנע אויבערפֿלעכלעכע עמבלעמען ווי „די סאַמע עכטע‟, קלינגט עס פּשוט ווי עם־האָרצות.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.