Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿאָרט אַ צווילינג, כאָטש צעקריגטStill Twins, Despite the Feud

אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט האָט אַ פּוילישער מקובל פֿאָרויסגעזאָגט, אַז די קריגערײַ צווישן ייִדן און קריסטן וועט בטל ווערן.

די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיט דער דערציילונג וועגן יצחקס צווילינג־זין, יעקבֿ און עשׂו. נאָך אין זייער מאַמעס בויך האָבן די ברידער זיך שוין געקריגט. עשׂו — אויך אָנגערופֿן אדום — איז געבוירן געוואָרן אַ ביסל פֿריִער, נאָר יעקבֿ האָט אים בעתן געבורט אָנגעכאַפּט בײַ דער פּיאַטע און שפּעטער געקויפֿט פֿאַר אַ טעלער זופּ דאָס רעכט פֿאַררעכנט צו ווערן ווי דעם טאַטנס בכור. ווען דער צווילינג איז אויפֿגעוואַקסן, איז יעקבֿ געוואָרן אַ היימישער געצעלט־זיצער און עשׂו — אַ יעגער, אַ ליבהאָבער פֿון ווילדע פֿעלדער.

די ייִדישע טראַדיציע שילדערט אָפֿט יצחקס זין אין היפּוכדיקע קאָלירן. יעקבֿ איז אַ צדיק, און עשׂו — אַ רשע; יעקבֿ — אַן איידעלער, עשׂו — אַ גראָבער, האָריקער און רויטער. אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן דערמאָנט זיך שלום־עליכם אין אַ ייִדישן בחור, וועלכער האָט זיך געשמדט און זיך פֿאַרנומען מיט אַ שווערער פֿיזישער אַרבעט, טרײַבנדיק מיט די הענט אַ גרויסן פּאַראָם איבערן טײַך. קוקנדיק אויף די „מוראדיק פֿאַרשוואַרצטע, פֿאַרגרעבטע הענט‟ פֿונעם פּאַראָמשטשיק, דערמאָנט זיך דער יונגער שלום דער דערציילער אינעם פּסוק פֿון אונדזער פּרשה: „והידים ידי עשׂו‟ – עשׂוס הענט.

ווי געוויינטלעך, שטעקט אין שלום־עליכמס ווערטער אַ שטיקל איראָניע. הגם אַ קליין חדר־ייִנגל פֿון אַ שטעטל וואָלט געטראַכט, אַז אַזאַ שווערע פֿיזישע אַרבעט טויגט נאָר פֿאַר אַ גוי, האָט יעדער דערוואַקסענער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִד גוט געוווּסט, אַז בײַ געוויסע טראַדיציאָנעלע ייִדישע פּראָפֿעסיעס ווי שמידערײַ אָדער אַפֿילו שנײַדערײַ, אַרבעט מען כּמעט גאַנצע מעת־לעתן נאָכאַנאַנד — אויך נישט קיין גרינגע מלאָכות.

ווען שלום־עליכם האָט געאַרבעט איבער זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע, האָט ער שוין געוווינט אין ניו־יאָרק. אין אַמעריקע האָבן ייִדן זיך דעמאָלט מפֿרנס געווען אויף אַלערליי אופֿנים, פֿון די שווערסטע פֿיזישע פֿאַכן ביז די אומגעלומפּערטע אָדער גאַנץ געראָטענע „לופֿט־געשעפֿטן‟. יצחק ראַבוי, אַן אַנדער קלאַסיקער, האָט פּרטימדיק באַשריבן דאָס לעבן פֿון ייִדישע קאַובויס און פֿאַרמערס; אין די ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס פֿון מיזרח־אוקראַיִנע איז אַזאַ „עשׂוס מלאָכה‟, אַוודאי, אויך נישט געווען קיין נאָווענע.

נישט צופֿעליק האָט שלום־עליכם פֿאַרגליכן אין זײַן בוך „אַ גויעץ אַ משומד‟ מיט יעקבֿס ברודער. אין דער ייִדישער טראַדיציע ווערט עשׂו סיסטעמאַטיש באַטראַכט ווי דער גרינדער, בגשמיות צי ברוחניות, פֿון דער רוימישער און ממילא פֿון דער קריסטלעכער ציוויליזאַציע. אין צוויי גאָר אינטערעסאַנטע אַלטע ספֿרים, „ספֿר הישר‟ און „יוסיפֿון‟, ווערן איבערדערציילט פֿאַרכאַפּנדיקע פֿאָלק־לעגענדעס, וואָס באַשרײַבן, ווי אַזוי עשׂו־אדומס אייניקלעך זענען געוואָרן די ערשטע פֿירער בײַ די רוימער. ווי באַלד ייִדישקייט האָט אין זיך אַן עטנישן עלעמענט, ווערן איסלאַם און קריסטנטום אויך באַטראַכט אינעם ייִדישן געדאַנק ווי כּמו־עטנישע רעליגיעס פֿון בני־ישמעאל און בני־אדום.

פֿאָרט, האָט יצחק ליב געהאַט און געבענטשט זײַנע ביידע זין. נישט געקוקט אויף דער קריגערײַ, זענען יעקבֿ און עשׂו דאָך געבליבן ברידער. דער גרויסער פּויליש־אוקראַיִנישער מקובל יעקבֿ־קאָפּל ליפֿשיץ באַטאָנט אין זײַן ספֿר „שערי גן העדן‟, אַז די קריגערײַ צווישן יצחקס זין — מיינענדיק ייִדן און קריסטן — וועט אַמאָל בטל ווערן. ליפֿשיץ האָט געלעבט אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט. דעמאָלט האָבן זיך אין אייראָפּע און אייראָפּעיִשע קאָלאָניעס טאַקע אָנגעהויבן די פּראָצעסן פֿון צווישן־רעליגיעזער עמאַנציפּאַציע.

דער הײַנטיקער שבת פֿאַלט אויס דעם 2טן כּיסלו; דאָס איז דער טאָג (דער 15טער נאָוועמבער, 1727), ווען אין ניו־יאָרק האָט מען צום ערשטן מאָל דערלאָזט ייִדן צו זאָגן אַ שבֿועה אָן קיין שײַכות צו דער קריסטלעכער רעליגיע. פֿריִער, כּדי צו ווערן אַ בירגער פֿון דער בריטישער קאָלאָניע, האָט יעדער געמוזט שווערן „ביי דער אמתער אמונה פֿון אַ קריסט”. מיט דרײַ טעג שפּעטער איז דער ספֿרדישער ייִד דניאל נונעס דאַ קאָסטאַ שוין אײַנגעשוווירן געוואָרן מיט אַ ייִדישן נוסח און באַקומען די ניו־יאָרקער בירגערשאַפֿט.

הגם די גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון ניו־יאָרק האָט אָנגענומען אַזאַ געזעץ, האָבן צוערשט בלויז ייִדישע יחידים און קליינע גרופּעס ייִדן געקאָנט נאַטיראַליזירט ווערן. אין 1740 האָט דער בריטישער פּאַרלאַמענט בפֿירוש דערקלערט, אַז ייִדן אין אַלגעמיין קאָנען ווערן בירגער פֿון ענגלישע קאָלאָניעס. די דאָזיקע געזעצן האָבן משפּיע געווען אויף די צוקונפֿטיקע פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ מע האָט ביסלעכווײַז אינגאַנצן אָפּגעשאַפֿן די דיסקרימינאַציע צווישן קריסטן, ייִדן און אַנדערע רעליגיעזע גרופּעס.

אין זײַן ספֿר „דור דור ודורשיו‟ גיט הרבֿ יוסף לעווינשטיין איבער, אַז רבי יעקבֿ־קאָפּל ליפֿשיץ איז אויך ניפֿטר געוואָרן אין 1740 (תּ״ק). אויב אַזוי, באַקומט זיך, אַז כאָטש אין אַ קליינער מאָס זענען די משיחישע האָפֿענונגען פֿונעם מקבול ערגעץ אויף דער וועלט מקוים געוואָרן, האָט מען אין אַמעריקע בײַם סוף פֿון זײַן לעבן אָדער גלײַך נאָך זײַן פּטירה טאַקע פֿאַרברודערט על־פּי געזעץ דעם מעטאַפֿיזישן יעקבֿ און עשׂו.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version