ייִד שווער פֿאַרוווּנדיקט נאָכן געשטאָכן ווערן אין מאָנסיOrthodox Jew Stabbed in Monsey
דער געליטענער האָט געזאָגט אַז ער האָט נישט דערקענט דעם באַפֿאַלער.
אַ פֿרומער ייִד וואָס איז געגאַנגען דאַוונען שחרית אין מאָנסי איז שווער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן דורך אַ מענטש, וואָס איז אַרויסגעשפּרונגען פֿון אַן אויטאָ און האָט אים עטלעכע מאָל געשטאָכן איידער ער איז אָפּגעפֿאָרן.
דער ייִד, וואָס איז 29 יאָר אַלט און אַ טאַטע פֿון פֿיר קינדער, איז געבראַכט געוואָרן אינעם שפּיטאָל „וועסטשעסטער טראַוומע־צענטער‟, וווּ ער געפֿינט זיך איצט אין אַ קריטישן צושטאַנד נאָכן דורכמאַכן אַן אָפּעראַציע. קהילה־פֿירער האָבן אַרויסגעלאָזט אַ מעלדונג בעטנדיק, מע זאָל זאָגן תּהילים פֿאַר מדרכי בן ברכה.
דער אינצידענט איז פֿאָרגעקומען 5:49 פֿאַרטאָג, ניט ווײַט פֿון „מוסדת מהר׳׳ם בריסק־טאַשנאַד‟. קוואַלן פֿון דער ראַטיר־אָרגאַניזאַציע „הצלה‟ גיבן איבער, אַז דער אָנפֿאַלער האָט בכלל ניט גערעדט מיטן ייִד איידער ער איז אים באַפֿאַלן. פֿאַרבײַגייער האָבן אָנגעקלונגען „הצלה‟, מיינענדיק, אַז דער ייִד איז געטראָפֿן געוואָרן פֿון אַן אויטאָ. אַז דער „הצלה‟־אַמבולאַנס איז אָנגעקומען, האָט מען זיך דערוווּסט פֿונעם ייִד, אַז עמעצער האָט אים עטלעכע מאָל געשטאָכן, און דערנאָך האָט ער פֿאַרלוירן דאָס באַוווּסטזײַן. (געוויסע באַריכטן גיבן איבער, אַז ס׳זענען געווען צוויי אָנפֿאַלער; דערווײַל בלײַבט אומקלאָר, צי ס׳איז געווען איין מענטש צי צוויי).
מע זוכט נאָך אַלץ דעם אַטאַקירער אָבער דערווײַל זענען ניטאָ קיין באַשרײַבונגען פֿון זײַן אויסזען אָדער אין וואָס פֿאַר אַ מין אויטאָ ער איז אַוועקגעפֿאָרן. די זיכערהייט־קאַמערעס האָבן יאָ אויפֿגעכאַפּט, ווי דער פֿאַרדעכטיקער אָנפֿאַלער איז פֿאַרן אַטאַק אַרומגעפֿאָרן מיטן אויטאָ איבערן געגנט. אויפֿן סמך פֿונעם ווידעאָ זוכט די ראַמאַפּאָער פּאָליציי איצט דעם פֿאַרברעכער.
אָרטיקע אײַנוווינער זענען שטאַרק באַאומרויִקט צוליבן אַטאַק, דערקלערנדיק פֿאַר דער אָרטיקער פּרעסע, אַז ס׳קומט זעלטן פֿאָר אַפֿילו אַ גנבֿה אין מאָנסי, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ ברוטאַלן אָנפֿאַל אויף אַ ייִד וואָס גייט סתּם דאַוונען שחרית.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO