סאָפֿיִע – ווײַט נישט קיין טערמינאַטאָרSophia: A Far Cry From A Terminator
נישט געקוקט אויפֿן מעדיאַ־אַזשיאָטאַזש, בלײַבט די ראָבאָט־בירגערין פֿון סאַודיע בלויז אַ קאָמפּליצירטע ענטפֿער־מאַשין.
מיט אַ חודש צוריק איז אין אינדיע פֿאָרגעקומען אַ דרײַ־טאָגיקע קאָנפֿערענץ פֿון דער אַסאָציאַציע IEEE („אינסטיטוט פֿאַר עלעקטרישע און עלעקטראָנישע אינזשענירן‟) — די גרעסטע אַסאָציאַציע פֿון טעכנישע ספּעציאַליסטן אין דער וועלט. אין דער אונטערנעמונג האָט זיך באַטייליקט די האָנקאָנגער ראָבאָט־פֿרוי סאָפֿיִע, באַקאַנט ווי דער ערשטער נישט־מענטשלעכער בירגער אין וועלכעס־ניט־איז לאַנד. איצט האָבן סאָפֿיאַס שאַפֿער באַוויזן, אַז מע האָט זי אויסגעלערנט צו צייכענען בילדער.
געשאַפֿן דורך דער פֿירמע Hanson Robotics, איז סאָפֿיִע „געבוירן געוואָרן‟ דעם 19טן אַפּריל פֿונעם יאָר 2015. איר פּנים און פֿיגור זענען מאָדעלירט נאָך דער בריטישער אַקטריסע אָדרי העפּבערן. כּדי יעדער זאָל זען, אַז זי איז אַ ראָבאָט, האָט זי אַ דורכזיכטיקן „שאַרבן‟ מיט עלעקטראָנישע מכשירים אינעווייניק. אין אָקטאָבער 2018, בעת אַ קאָנפֿערענץ אין סאַודיע, האָט מען איר געגעבן די סאַודישע בירגערשאַפֿט; מיט אַ יאָר שפּעטער, פֿאַרן קומען קיין באַקו, האָט זי באַקומען אַן אַזערבײַדזשאַנער וויזע ווי אַן עכטע עראָפּלאַן־פּאַסאַזשירקע.
סאָפֿיִעס פֿעיִקייטן זענען אָבער היפּש איבערגעטריבן. בען גערצעל, דער געוועזענער הויפּט־אינזשעניר פֿון דער פֿירמע, וואָס האָט געשאַפֿן די ראָבאָטין, האָט באַמערקט, אַז זי פֿאַרמאָגט נישט קיין עכטן שׂכל. צוליב דעם, וואָס זי זעט אויס ווי אַ מענטש און איז בכּוח אויסצודריקן גענוג רעאַליסטיש מענטשלעכע עמאָציעס אויפֿן פּנים, שאַפֿט זיך אַן אילוזיע פֿון אַ שׂכלדיק באַשעפֿעניש.
גערצעל איז געבוירן געוואָרן אין בראַזיל, אין אַ משפּחה פֿון אַמעריקאַנער ייִדן מיט מיזרח־אייראָפּעיִשע שרשים. זײַן טאַטע, דער פּענסיאָנירטער פּראָפֿעסאָר טעד גערצעל פֿון ראָטגערס־אוניווערסיטעט, איז באַקאַנט ווי אַ פֿאָרשער פֿון קאָנספּיראַציע־טעאָריעס. אין זײַנע סאָציאַל־פּסיכאָלאָגישע פֿאָרשונגען אַנאַליזירט ער די סיבות, וואָס ברענגען אַ געוויסן שיכט מענטשן צו אויסטערלישע השערות און גלייבענישן. אַ צאָל קאָנספּיראָלאָגיש־געשטימטע קריטיקער באַציִען זיך צו סאָפֿיִע מיט אַ בפֿירושן חשד און אַפֿילו פּחד. כּלומרשט, קומען שוין די פֿינצטערע צײַטן פֿונעם פֿילם „טערמינאַטאָר‟, ווען די ראָבאָטן וועלן געוועלטיקן אויף דער ערד.
דאָס איז אויך אַ בײַשפּיל פֿון יענער נטיה צו קאָנספּיראַציע־טעאָריעס. הגם די ראָבאָט־פֿרוי קאָן זיך נישט באַגיין אַפֿילו איין מינוט אָן אַ שטענדיקער פֿאַרבינדונג מיט דער אינטערנעץ, וווּ עס ווערט געהיט איר זכּרון, טראַכטן אַ טייל מענטשן, אַז זי מוז זײַן קלוג דווקא צוליב איר מענטשלעכער צורה. אין דער אמתן, איז זי מסוגל נאָר צו ענטפֿערן אויף אַ ברייטער צאָל פֿראַגעס — אַזוי ווי „שמועס־ראָבאָטן‟ אין דער אינטערנעץ. אַזוי ווי זיי, טויג זי באַזונדערס גוט צו רעקלאַמירן כּלערליי סחורה, און ווערט אַזוי כּסדר באַנוצט.
וואָס שייך דעם מעכאַנישן און טעכנישן אַספּעקט, איז די ראָבאָטין זייער גוט געמאַכט. זי אָנערקענט פּנימער, פֿאַרגעדענקט נעמען פֿון אירע מיטשמועסער און רעדט אויף צענדליקער שפּראַכן. אירע הענט באַוועגן זיך כּמעט ווי בײַ אַ מענטש; קיין שׂכל גיט עס אָבער נישט צו.
אין פּרינציפּ, קאָנען אַזעלכע מאַשינען אַרבעטן ווי באַהעלפֿער פֿון עלטערע מענטשן אָדער ווי וועגווײַזער אין מוזייען — כּל־זמן מע פֿרעגט נישט בײַ זיי קיין קאָמפּליצירטע קשיאות. וואָס שייך סאָפֿיִעס פֿאָרמעלער בירגערשאַפֿט, איז עס בלויז אַ רעקלאַמע־קונץ צו פֿאַרשטאַרקן דעם פֿאַרפֿירערישן אײַנדרוק, אַז זי קאָן מאַכן אומאָפּהענגיקע אויספֿירן.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די עצם־פֿראַגע וועגן דעם סאָציאַלן סטאַטוס פֿון ראָבאָטן האָבן די רבנים שוין לאַנג באַטראַכט. צי מעג מען מצרף זײַן אַ ייִדישן גולם אין אַ מנין? דער חפֿץ־חיים דערמאָנט אָט די שאלה אין זײַן „משנה ברורה‟ און גיט אַן עצה אַרײַנצוקוקן אין די שאלות־ותּשובֿות „חכם צבֿי‟ פֿון הרבֿ צבֿי־הירש אַשכּנזי (17טער — 18טער יאָרהונדערט). לויט דער משפּחה־לעגענדע, האָט דער זיידע פֿונעם מחבר, אליהו בעל־שם פֿון כעלעם, געשאַפֿן אַ גולם, אָבער געמוזט אים צעשטערן. דער רבֿ באַטאָנט, אַז ווי באַלד זײַן זיידע האָט עס געטאָן, איז נישט קיין עבֿירה צו „הרגענען‟ אַ גולם און ממילא איז ער נישט קיין מענטש. עס קאָן זײַן, אַז צוליב דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון די נײַסטע טעכנאָלאָגיעס וועט די שאלה אַמאָל ווערן אַקטועל. דערווײַל קאָנען מיר געבן אַזאַ ראָבאָט, ווי סאָפֿיִע, בלויז די מעגלעכקייט איבערצוחזרן עמעצנס דרשה אין אַ שיל; צי מע מעג שבת פֿרעגן אַ שאלה בײַ אַן עלעקטראָנישער בעל־דרשנטע איז שוין אַן אַנדער קשיא.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO