Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ ייִדיש־וואָך אין פּעטערבורגA Week Of Yiddish In St. Petersburg

צווישן די געשעענישן: אַ שלום־עליכם קונסט־פֿעסטיוואַל, ייִדיש־קלאַסן און אַ טרעפֿונג מיטן רעזשיסאָר פֿון ישׂראלדיקן ייִדישן טעאַטער, שמואל עצמון.

נישט בלויז אין אַ שטעטל אויף צפֿון פֿון ניו־יאָרק קומען פֿאָר „ייִדיש־וואָכן‟. די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז פּעטערבורג געווען אָנגעפּאַקט מיט ייִדיש־אונטערמונגען — נישט אויסשליסלעך ייִדיש־שפּראַכיקע, ווי די אַמעריקאַנער פּראָגראַם, אָבער גאַנץ אינטענסטיווע און פּראָדוקטיווע.

זונטיק, דעם 3טן נאָוועמבער, האָט זיך אָנגעהויבן דער דרײַ־טאָגיקער סעמינאַר פֿון קאָליע (ניקאָלײַ) באָראָדולין, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט אַ פּאָר צענדליק ייִדישיסטן פֿון גאַנץ רוסלאַנד, על־פּי־רובֿ יונגע. אַ סך פֿון זיי זענען נישט קיין אָנהייבער, נאָר באַקאַנטע לערער, פֿאָרשער און אַקטיוויסטן. די פּראָגראַם, „ייִדיש מיט קאָליע באָראָדולינען‟, איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן ניו־יאָרקער אַרבעטער־רינג און דעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער.

באָראָדולין, אַ געבוירענער אין ביראָבידזשאַן, איז אַ באַקאַנטער ניו־יאָרקער ייִדיש־לערער און קולטור־טוער. בעת דער לעקציע וועגן זײַן היימשטאָט, האָט ער באַטאָנט, אַז ווען נישט זײַן נסיעה אַהין מיט אַ יאָר צוריק — זײַן ערשטער וויזיט אין ביראָבידזשאַן במשך פֿון 24 יאָר — וואָלט ער נישט געקאָנט אָרגאַניזירן די הײַנטיקע פּראָגראַם. אין גיכן נאָך זײַן נסיעה איז אין ביראָבידזשאַן אַרויס די רוסישע ווערסיע פֿון זײַן לערנבוך, לכתּחילה געשאַפֿן פֿאַרן אַרבעטער־רינג. אַ דאַנק אָט דעם בוך האָט ער באַשלאָסן צו באַנײַען זײַן ווײַטערדיקע טעטיקייט אין רוסלאַנד.

אַחוץ ייִדיש־אונטערנעמונגען, האָבן די אָנטיילנענער באַזוכט צוויי מוזיי־אויסשטעלונגען אויף ייִדישע טעמעס. פֿאַר זײַן פּראָגראַם האָט באָראָדולין בכּיוון אויסגעקליבן די זעלבע וואָך, ווען אין פּעטערבורג איז דורכגעפֿירט געוואָרן דער קונסט־פֿעסטיוואַל „שלום־עליכם־גאַלאַ‟ לכּבֿוד דעם 160סטן געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן שרײַבער. איין אונטערנעמונג פֿונעם פֿעסטיוואַל, אַ באַגעגעניש מיטן באַרימטן ייִדישן אַקטיאָר און טעאַטראַלן רעזשיסער שמואל עצמון, האָט דער קהילה־צענטער ספּעציעל קאָאָרדינירט מיט באָראָדולינס סעמינאַר.

עצמון, וועלכער פּראַוועט איצט זײַן ווערן אַ בן־תּישעים, איז געווען זייער צופֿרידן צו זען „יונגע ייִדן, וואָס רעדן אויף מאַמע־לשון‟. אַפּנים, וואָלט דעם אַקטיאָר אַ ביסל פֿאַרחידושט, אַז ווײַט נישט אַלע הײַנטיקע ייִדיש־ענטוזיאַסטן זענען ייִדן. אַדרבה, ייִדיש ווערט הײַנט באַטראַכט ווי אַ חשובֿע וועלטשפּראַך, וואָס אַ ממשותדיקע צאָל מענטשן אין פֿאַרשיידענע לענדער לערנען פּונקט אַזוי ווי ענגליש אָדער פֿראַנצויזיש.

שמואל עצמון רעדט אינעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער. Image by Nikolai Borodulin

נישט געקוקט אויף זײַן בכּבֿודיקן עלטער, בלײַבט עצמון, קיין עין־הרע, פֿול מיט ענערגיע און הומאָר. בעת זײַן שמועס מיט די רוסלענדישע ייִדיש־ליבהאָבער האָט ער דערציילט וועגן זײַן יוגנט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ זײַן משפּחה האָט זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן.

מיט אַ געמיש פֿון פֿאַרביטערטקייט און פֿרייד האָט עצמון צוגעגעבן, אַז אַחוץ היטלערן און סטאַלינען האָט די ייִדישע שפּראַך באַקומען נישט ווייניק פּעטש מצד די ציוניסטן. ס׳איז אַמאָל געווען אַ צײַט, ווען צו שפּילן אויף ייִדיש אין ארץ־ישׂראל איז געווען, ווי דער אַקטיאָר האָט זיך אויסגעדריקט, „אַזוי ווי אַרײַנצוקומען אין אַ שיל מיט אַ קרייץ‟. עצמון האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע נישט בלויז אינעם טעאַטער, נאָר אויך אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט; נאָך אַ סך האָרעוואַניע האָט זיך אים אײַנגעגעבן אַ סך אויסצופּועלן, כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם סטאַטוס פֿון דער „גלות־שפּראַך‟ אינעם לאַנד.

איין אונטערנעמונג האָט בײַ מיר איבערגעלאָזט געמישטע געפֿילן: די פֿאַרשיידן־זשאַנערדיקע פּראָגראַם אינעם פּעטערבורגער טעאַטער פֿון מוזיקאַלישער קאָמעדיע. פֿון איין זײַט, האָבן די צוויי זינגערינס, עטערי בעריאַשווילי און ליאַנאַ מײַסטער, פֿעיִק נאָכגעמאַכט דעם סטיל פֿון די שוועסטער בערי; פֿון דער צווייטער, האָט זיך געשפּירט עפּעס אַ מאָדנער טעם פֿונעם כּמו־אַמעריקאַנער „קיטש‟, אויסגעמישט מיט עלעמענטן פֿון ישׂראלדיקער קולטור. אַזש צוויי מאָל האָט מען לאַנג געזונגען „הבֿה נגילה‟ מיט אַ טאַנץ; געשלאָסן האָט מען דעם קאָנצערט מיטן העברעיִשן לידל „הבֿאנו שלום עליכם‟, וואָס האָט אַבסאָלוט גאָרנישט צו טאָן מיט שלום־עליכמען.

עטערי בעריאַשווילי און ליאַנאַ מײַסטער זינגען לויטן סטיל פֿון די שוועסטער בערי Image by Dawn Matveyev

הגם אין דער פּראָגראַם האָבן זיך באַטייליקט באַוווּסטע זינגער און אַרטיסטן, האָט זיך געשאַפֿן דער אײַנדרוק, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן ווייסן כּמעט גאָרנישט וועגן ייִדיש. נאָך אַ מאָדנער פּרט: אויף דער סצענע האָט מען פֿאָרגעשטעלט, כּלומרשט, אַן „אור־אור־אוראייניקל‟ פֿון שלום־עליכמען — אַ יונג מיידל, וואָס וווינט אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון פּעטערבורג. אין דער אמתן, ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז זי נישט קיין דירעקטע אָפּשטאַמיקע פֿונעם שרײַבער, נאָר גאָר אַ ווײַטע קרובֿטע.

דער קאָנצערט פֿון צוויי קעשענעווער מוזיקער, דעם זינגער יעפֿים טשאָרני און דער פּיאַניסטקע סוזאַנע גערגוס, וועלכער איז פֿאָרגעקומען דעם 7טן נאָוועמבער, האָט יאָ געלונגען. דאָס איז געווען דער שליסל־טייל פֿון דער פּעטערבורגער „ייִדיש־וואָך‟. קעשענעוו איז איינע פֿון די איינציקע שטעט אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ אַ גרויסער פּראָצענט ייִדן קענען טאַקע ייִדיש. ווײַזט אויס אַז, כאָטש אין מאָלדאָווע, לעבט נאָך אַלץ דער גײַסט פֿון עכטער ייִדישקייט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version