אַמעריקאַנער מלוכישע ביבליאָטעק זוכט ייִדיש־רעדנדיקן סטודענטLibrary of Congress Seeking Yiddish-Speaking Student
מע דאַרף אַ זומער־סטיפּענדיאַט וואָס זאָל אָנהייבן קאַטאַלאָגירן 2,600 ייִדישע ביכער.
די אַמעריקאַנער מלוכישע ביבליאָטעק אין וואַשינגטאָן, באַקאַנט ווי די „קאָנגרעס־ביבליאָטעק‟, איז די סאַמע גרעסטע ביבליאָטעק אויף דער וועלט. צווישן די 38 מיליאָן ביכער און 70 מיליאָן מאַנוסקריפּטן און אומצאָליקע בילדער, מאַפּעס, רעקאָרדירונגען און בריוו וואָס די ביבליאָטעק פֿאַרמאָגט (בסך־הכּל 167 מיליאָן חפֿצים), געפֿינט מען זייער אַ סך מאַטעריאַלן פֿאַרבונדן מיט ייִדן, אַרײַנגערעכנט 200,000 בענד אויף ייִדיש, העברעיִש, דזשודעזמע און אַזוי ווײַטער. צווישן די ביכער אויף מאַמע־לשון בלײַבן 2,600 וועלכע זענען נאָך ניט קאַטאַלאָגירט.
כּדי צו באַקענען אוניווערסיטעט־סטודענטן מיט דער אַרבעט פֿון דער ביבליאָטעק, פֿאַרבעט מען יעדעס יאָר אַרום 35 סטודענטן צו אַרבעטן אויף פּראָיעקטן במשך פֿונעם זומער. קומענדיקס יאָר וועט איינער פֿון די פּראָיעקטן זײַן צו קאַטאַלאָגירן די איבעריקע ייִדישע ביכער. מע זוכט דערפֿאַר אַן אוניווערסיטעט־סטודענט אָדער איינעם וואָס וועט האָבן ערשט געהאַט פֿאַרענדיקט אַ ביז־גראַדויִר־ צי גראַדויִר־פּראָגראַם, וועלכער קען גוט ייִדיש, צו קומען אויף 10 וואָכן (סוף־מײַ ביז סוף־יולי) כּדי צו קאַטאַלאָגיזירן די ייִדישע ביכער. דער סטיפּענדיאַט וועט באַקומען אַ געהאַלט פֿון 450$ אַ וואָך און ווערן אויסגעשולט דורך די אָרטיקע ביבליאָטעקאַרן.
אַפּליקאַציעס ווערן אָנגענומען ביזן 20סטן דעצעמבער, 2019. קאַנדידאַטן מוזן אַרײַנשיקן אַ קוריקולום־וויטע; אַ בריוו וואָס גיט איבער דעם קאַנדידאַטס קוואַליפֿיקאַציעס און די סיבות פֿאַר וואָס ער אָדער זי וויל אַרבעטן ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם; צוויי רעקאָמענדיר־בריוו און אַקאַדעמישע טראַנסקריפּטן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO