ווידעאָ: חסידישער הומאָר אין סופּערמאַרקWATCH: Hasidic Humor in the Supermarket
צוויי פֿײַנע וויצן מיט אַן עכטן ייִדישן טעם.
אַ סך פֿאָרשער, מיט ד׳׳ר זיגמונד פֿרויד בראָש, האָבן שוין באַטראַכט דעם ייִדישן הומאָר און די פֿראַגע, וואָס גיט אַ וויץ אַן עכטן ייִדישן טעם? כאָטש איך האָב יאָ געלייענט אַ פּאָר פֿון די דאָזיקע אַקאַדעמישע שטודיעס, האַלט איך אַז זיי האָבן מיר ווייניק געהאָלפֿן פֿאַרשטיין דעם ענין. פֿאַרקערט, וואָס מער איך פּרוּוו אַנאַליזירן די טעמע הומאָר, אַלץ מער צעמישט ווער איך. איין זאַך האַלט איך יאָ: די וואָס זענען באַקאַנט מיטן אויטענטישן ייִדישן פֿאָלקס־הומאָר דערקענען עס באַלד.
לעצטנס האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף צוויי ווידעאָס, אין וועלכן אַ ניו־יאָרקער חסיד דערציילט צוויי געשמאַקע וויצן אויף מאַמע־לשון. כאָטש די חכמות אַליין זענען ניט קיין אומדערוואַרטע, זענען זיי פֿאָרט זייער קאָמיש, און דער דערציילער האָט אַ גוטן חוש פֿאַר צײַט און ריטעם בײַם דערציילן זיי. עס שאַט אויך ניט, וואָס זײַן ייִדיש האָט טויזנט טעמען.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO