מוזיק־ווידעאָ: „געפֿילטע פֿיש‟ מיט אַ מעקסיקאַנער טעםMusic Video: Gefilte Fish with a Mexican Flavor
דער חזן משה מענדלסאָן זינגט איזידאָר ליליענס באַליבט ליד „געפֿילטע פֿיש‟ מיט אַ „מאַריאַטשי‟־קאַפּעליע.
ס׳איז הײַנט אַ זעלטענע זאַך צו זען אַ מוזיק־ווידעאָ פֿון אַ ייִדישן ליד וואָס מע האָט געשאַפֿן לעצטנס מחוץ דער חסידישער וועלט, שוין אָפּגערעדט, אַז אַזאַ ווידעאָ זאָל קומען פֿון לאַטײַן־אַמעריקע.
מיט דרײַ יאָר צוריק האָט אָבער דער מעקסיקאַנער חזן משה מענדלסאָן אַרויסגעלאָזט אַ חנעוודיקן ווידעאָ, אין וועלכן ער זינגט איזידאָר ליליענס פּאָפּולער ליד „געפֿילטע פֿיש.‟ צוליב דעם וואָס דער פֿילם איז געשאַפֿן געוואָרן אין דער שטאָט מעקסיקע, הערט מען סײַ די השפּעה פֿון דער קהילהס ליטווישע וואָרצלען (ס׳רובֿ אַשכּנזישע ייִדן אין מעקסיקע שטאַמען פֿון דער ליטע), סײַ די השפּעה פֿון דער הײַנטיקער מעקסיקאַנער קולטור. דער מאַרק וווּ מענדעלסאָן קויפֿט די פֿיש למשל, איז זייער אַנדערש פֿון אַ מאַרק אין ניו־יאָרק, שוין אָפּגערעדט פֿון די ערטער, וווּ זײַנע באָבעס האָבן געקויפֿט פֿיש אין מיזרח־אייראָפּע. ווי עס פּאַסט פֿאַר מעקסיקע סערווירט מען דעם פֿיש צוזאַמען מיט אַ שאַרפֿן פֿעפֿער. דערצו איז די באַגלייטונג אויך אַנדערש: עס באַגלייט חזן מענדעלסאָן אַ „מאַריאַטשי‟־קאַפּעליע מיט שטאַרקע טרומייטן.
ניט געקוקט אויף דער מעקסיקאַנישקייט פֿונעם פֿיש און פֿון דער מוזיק, פֿאַרמאָגט מענדלסאָנס ליד אַן עכטן ייִדישן טעם און אַן אוניקאַלן חן, וואָס קומט פֿונעם געמיש פֿון די צוויי קולטורן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO