ארץ ישׂראל און קאַליפֿאָרניע — צווילינג־לענדער?California and Israel – Twin Lands?
אפֿשר טאַקע צוליב די ענלעכקייטן וווינען הײַנט אַזוי פֿיל ישׂראלים אינעם גאָלדענעם שטאַט.
שוין פון לאנג הער איך ביי מענטשן וואס האבן ליב צו געפינען ענליכקייטן צווישן פארשידענע זאכן, אז קאליפארניע איז דער ארץ ישראל פון אמעריקע. אחוץ דעם וואס עס וואוינען אין לאס אנדזשעלעס בערך 120,000 ישראלים, איז דער דאזיגער שטאַט אויפן מערב־ברעג פון די פאראייניקטע שטאטן ענלעך צו ארץ ישראל בכלל — אן „ארץ זבת חלב ודבש‟, מיט א שפע פון סוב־טראפישע געוויקסן און קלימאטן. עס וואקסן דא פייגן, רימונים (מילגרוימען), זיתים (איילבערטן), און טייטלען, און די וועטער דא איז א מיטללענדישער, א בארגיקער, און א מדברדיקער, ממש ווי בארץ.
דאס איז אבער נישט אלעס. דא איז אפילו די געאגראפישע פארעם די זעלבע.
האט איר אמאל געזען ווי קאליפארניע זעט אויס אויף דער מאפע? נו איז דאס נישט ענליך אין פארעם צו ארץ ישראל? טאקע גרעסער, אבער שמאל און לאנג פון אויבן אראפ.
מען דארף נישט מער ווי אפירנעמען ביידנס מאפעס, זיי ביידן באטראכטן און פשוט שטוינען. אפילו די קלימאטן שטימען כמעט אויפן זעלבן געאגראפישן אויסשטעל ווי אין ארץ ישראל, הפלא ופלא. לאמיר נאר א קוק טון:
מערב ארץ ישראל איז דאך דער ים הגדול, מערב קאליפארניע — דער פאסיפישער אקעאן; מזרח ארץ ישראל — דער ירדן מיט די ימים’לעך; קאליפארניע מזרח — אויך טייכלעך און ימיםלעך; א מדבר יהודה, הרי יהודה, מיט א נגב — דרום ארץ ישראל; הייסע זאמדיגע בערג און מדבריות — דרום קאליפארניע. באגרינטע הרי הגליל און הרי הלבנון ביים צפון פון ארץ ישראל; באגרינטע סיערע, נעוואדע בערג, און קאסקאדע בערג — צפון קאליפארניע.
דא ברויך מען צו וויסן, איידער מען גייט ווייטער, אז, לויט די תורה, שליסט ארץ ישראל ביים צפון איין א גרויסער טייל פון ארץ לבנון מיט אירע בערג, ווידער ביים דרום זייט איז פארקערט, עס שליסט אויס דעם דרום נגב פון אביסל נאך באר שבע און ווייטער; עס גרייכט נישט ביזן ים סוף ווי דער היינטיגער ישראל.
אויב זענען די לבנון בערג באקאנט מיט א טאפלטע בערג קייט, לבנון און אנטקעגן הלבנון, איז סיערא, נעוואדע גענוי אזוי מיט די קעגנאיבערדיגע שורה „ווייט‟ בערג; אויב זענען די לבנון בערג באקאנט מיט זייערע אייגנארטיגע צעדערביימער, די ארזי הלבנון, איז סיארא-נעוואדע באקאנט מיט די אמעריקאנער כמו-צעדערן — די ריזיקע סעקוואיע־ביימער.
און זע נאר וואונדער ביים דרום, אויך קאליפארניע פארמאגט אריבער איר דרום גרעניץ א כמו נגב וואס ציט זיך דרום צו ביז עס גרייכט א שמאלער און לאנגער גאלף ים, ענדליך צום ים סוף. דער דאזיגער שמאלער ים-ארעם דא הייסט דער קאליפארנישער גאלף.
אויף וואס איך וויל אויסברייטערן דעם שמועס היינט, איז דער מזרחדיגער גרעניץ פון קאליפארניע, דער מקום וואס דארף זיך פארן מיט ארץ ישראל’ס ירדן’דיגער און ימים’לעך גרעניץ. איידער דער פארגלייך פון די ביידע מדינות איז מיר אריין אין קאפ האב איך נאך נישט געוואוסט, ווי ווייט אפילו די מזרח זייט ענדלט צום ארץ ישראלדיגן. הגם די גרעניץ גייט דא אביסל זיגזאג, אנדערש ווי אין לאנד, נו, אויף דעם חלק קענען מיר פארציכטן.
כדי בודק צו זיין ווי ווייט די ביידע מזרח’ס שטימען, לאמיר אראפשפאצירן פון צפון צו דרום/ ביי ארץ ישראל הייבט זיך עס אן מיט הויכע שנייאיגע בערג און וואסערלעך, דערנאך קומט אפיר א ירדן, א חולתא אזערע (ים החולה), און ווידער דער ירדן. נו, מיט קאליפארניע איז גאנץ ענליך, הויכע שנייאיגע בערג זענען דא ביים צפון פאראן, אויכעט אזערעס. א כמו-ירדן טייך טאקע נישט, אבער אפשר שפעטער.
נאוויגאטירן מיר ווייטער אויפן ארץ ישראלדיגן גרעניץ דרום צו, גרייכן מיר דעם כנרת, מיר געפונען זיך דא פונקט אינדערמיט צווישן דרום און צפון, דערפאר רופט די גמרא דאס וואסערל אן „דער נאפל פונעם לאנד‟..
דער כנרת וואסער איז ארץ ישראל’ס אויג אין קאפ; דער דיאמאנט, אן אטעם פארכאפנדיקער הימל-בלוי ים’נדל, צווישן איידעלע גרינע און גאלדענע גליל און גולן בערגלעך, מיט די וועלטס בארימטע היילונגס בעדער, די חמי טבריא ארום. אז איך האב גוט געקוקט האב איך א פארחידושטער דערזען אז יא, אויך קאליפארניע פארמאגט אזיינס, כאילו קאליפארניע וואלט דירעקט קאפירט געווארן פון ארץ ישראל: דאס איז לעיק טאהו.
לעיק טאהו, א ימ’נדל צווישן אלפיינישע בערג מיט סאסנע ביימער, ביי קליפארניעס מזרח גרעניץ מיט נעוואדע, און טאקע גענוי אינדערמיט, צווישן דרום און צפון. ווי דער כנרת פון קאליפארניע, איז דער טאהו וואסער דער גרעסטער זיסער ים אין קאליפארניע, טאקע נישט נידעריגער פונעם ים פלאך ווי דער כנרת, פארקערט, ער ליגט גאר הויך אין שארפע דינע לופט, אבער איז בכל זאת ענליך. אויך ער איז ארומגענומען מיט בערג. וואונדערליך איז אז עס פארמאגט אפילו די זעלבע אויסזען ווי דער כנרת, ווי א כינור, א הארף. אויך דא זענען פאראן הייסע היילונגס בעדער בשכינות דעם ים.
שוין דער באקאנטער אמעריקאנער שרייבער און רייזנדער מיט ארום 150 יאר צוריק, מארק טוועין, פארגלייכט צווישן די ביידע וואסערן, ער מאלט אבער דעם כנרת מיט א שוואכן ליכט; דאגעגן לעיק טאהו רימט ער ביזן הימל. „לעיק טאהו איז פיל גרעסער ווי דער כנרת, אירע וואסערן זענען בריליאנטן לויטער קעגן די דומיגע כנרת וואסערן, די בערג ווי ריזן ארום טאהו זענען פריידיג באצירט מיט סאסנע ביימער וועלעכע זעען אויס אלץ קלענער וואס העכער מע קריכט אויפן בארג, ביז צו די אייביגע שניי, לעומת די פלאכע אומעטיגע בערגלעך, באוואקסן ווי מיט געשוירענע געלע גראז‟.
וויי די זינד אזוי צו רעדן אויפן הייליג לאנד! הכלל, זע איך אז איך בין נישט דער ערשטער צו מאכן א פארגלייך צווישן די צוויי גרויסע וואסערן.
גייענדיק ווייטער דרום פונעם טאהו וואלטן מיר כאטש דא יעצט געדארפט באגעגענען א כמו ירדן וועלעכע זאל אונז פון דא און ווייטער באגלייטן דעם ווייטערדיגן וועג אראפ; גאנץ ארץ ישראל ווערט דאך פארגעשטעלט אין באציג צו דעם דאזיגן טייל ירדן, דרום פונעם כנרת: עבר הירדן ימה, עבר הירדן קדמה. אז משה וויל אריין אין ארץ ישראל, טוט ער תפילה: „לאז מיר ביטע אריבער דעם ירדן‟, און יהושע, אז ער האט אריינגעפירט דאס פאלק אין לאנד אריין, האט ער דאס געטון דורך’ן ירדן מיט ניסים.
אבער דא מוז איך מודה זיין אז עס איז מיר נישט געלונגען. לעיק טאהו שלעפט נישט נאך קיין טייך קיין דרום, אבער, נאך א שטיקל הפסק פונעם טאהו, שווערע הייסע מדבריות גייען מיר דורך, קומט פלוצלינג אפיר א טייך, דאס איז דארטן ווי קאליפארניע הייבט זיך אן גרעניצן מיט אריזאנע, דער גרויסער קאלאראדא טייך וועלעכער קומט א לאנגער וועג פונעם מזרח, אזש פון די קאלאראדא בערג, קירעוועט פלוצים צו דרום צו, ווי ער זאל קומען שאפן א נאטורליכן גרעניץ דא ביים דרום.
און וואס טוט זיך מיט א „ים המלח‟!
דער ים המלח איז שוין נישט סתם א וואסערל, דאס איז א שטארקער געאגראפישער ספעציעלקייט, עס הייסט אז עס איז דער טיפסטער ארט אין דער וועלט (אומגעפער 400 מעטער טיף), אן אימה’דיגער זאלצנלאנד מיט הייסע געדיכטע לופט. דער ים זאלציג, ווי א געדיכטער פליסיגקייט, א שטענדיגע פארע איבערן האריזאנט. אזא טויטן וואונדערלאנד איז נישט עפעס וואס מען געפינט אין יעדן לאנד, דאס איז א גרונדשטיין פאר אן ארץ ישראל.
קען מען געפינען עפעס ענליך צו דעם אינעם אומגעגנט פון קאליפארניע?
אז איך האב שוין אפילו א כמו ירדן דא געפונען, האב איך געשפירט ווי כאילו א נביאה זאל מיר אנזאגן, אז אויך א זאלצן ים זאל מען אפירזוכן דא אינעם אמעריקאנעם ווילדן מערב וויסטעניש, און ער וועט זיך דא ערגעץ וואו אפגעפונען.
(המשך קומט אין אַ וואָך אַרום)
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO