Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿאַר וואָס דער חורבן־שרײַבער יחיאל פֿײַנער איז מגולגל געוואָרן אין „קאַצעטניק‟Why Holocaust Writer Yechiel Feiner Turned Into “Katzetnik”

אין איר נאָוואַטאָרישער דיסעטראַציע אַנאַליזירט ד״ר מאָניק דאַהאַן די סיבות פֿאַר דעם אייגנאַרטיקן פּסעוודאָנים.

סוף מײַ 2019 איז אָנגעקומען אין מפעל דבֿ סדן פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, אַ דיסערטאַציע פֿון ד״ר מאָניק דאַהאַן, מיטן נאָמען: „פסידונים, מיתוס, האחר: השיח הטקסי ביצירות קאַצטניק‟, וואָס באַהאַנדלט די פֿראַגע וועגן באַטײַט פֿון יחיאל פֿײַנערס פּסעוודאָנים, קאַצעטניק.

דער חיבור אַנאַליזירט דעם לעבן און שאַפֿן פֿון איינעם פֿון די וויכטיקסטע חורבן־שרײַבער – יחיאל פֿײַנער, וועלכער האָט זיך אונטערגעשריבן אין די מלחמה־יאָרן מיטן פּסעוודאָנים קאַצעטניק. אַ געראַטעוועטער פֿון אומקום און באַקאַנט ווי יחיאל די-נור האָט קאַצעטניק עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל סוף 1946.

קאַצעטניקס שריפֿטן זײַנען זוכה אין די לעצטע צוואַנציק יאָרן צו אַ פֿאַרגרעסערטן אינטערעס מצד פֿאָרשער און סטודענטן אין דער גאָרער וועלט און אויך אין ישׂראל. איך מיין אָבער אַז מיר זײַנען נאָך ווײַט פֿון אויספֿאָרשן און דערלערנען זײַן ליטעראַרישע ירושה, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ביז גאָר וויכטיקן צושטייער צו אונדזער פֿאַרשטאַנד וואָס מיינט דער חורבן.

מאָניק דאַהאַנס חיבור איז אָן שום ספֿק אַ וויכטיקער מילשטיין און גרינטלעכער בײַטראָג צו אונדזער קאָרפּוס פֿון וויסן וועגן דעם אומקום בכלל און וועגן יחיאל פֿײַנערס שאַפֿן בפֿרט.

Katsetnik

יחיאל פֿײַנער („קאַצעטניק‟) מיט אַ חבֿרטע, מיִאַ שרון, אין בוקאַרעשט, 1945 Image by Yechiel Szeintuch

די דיסערטאַציע פֿון דאַהאַן, געשריבן אויף העברעיִש, פֿאַרנעמט זיך מיטן אָרט און באַטײַט פֿון קאַצעטניק, ווי אַ שליסל צו פֿאַרשטיין יחיאל פֿײַנערס ליטעראַרישן אויפֿטו בײַם באַשרײַבן דעם אומקום. דער חיבור פֿאַרנעמט זיך מיט אַ קאָמפּליצירטער טעמע וואָס איז ווי נישט באַהאַנדלט געוואָרן ביז הײַנט.

אין מוניק דאַהאַנס דאָקטאָראַט ווערן צונויפֿגעזאַמלט און באַטראַכט די געשיכטע פֿון דעם וואָס איז געשריבן געוואָרן וועגן קאַצעטניקס שאַפֿן, צוזאַמען מיט אַ מוסטער וואָס דאַהאַן שטעלט צונויף כּדי זיך צו פֿאַרטיפֿן און פֿאַרשטיין דעם באַטײַט פֿונעם פּסעוודאָנים. דער מוסטער באַציט זיך צו דרײַ קאָנטעקסטן אין וועלכע עס דערשײַנט דער פּעננאָמען קאַצעטניק: דער מיטאָלאָגישער קאָנטעקסט, דער פּסעוודאָנים ווי אַזוי ער באַציט זיך צו דעם מיטמענטש (האחר), און דער ריטועלער קאָנטעקסט. דער אָריגינעלער פֿאָרש־מוסטער פֿון דאַהאַן, איז אָן שום ספֿק אַ חידוש אין די יודאַיִסטישע לימודים אויפֿן פֿאָן פֿון דעם אָרט אין די הומאַניסטישע וויסנשאַפֿטן

די מחברטע הייבט אָן איר דיסערטאַציע באַשרײַבנדיק די פֿאַרשיידענע סטאַנציעס אין לעבן און שאַפֿן פֿון יחיאל פֿײַנער און די צענטראַלע טעאָריעס אין דער אַלגעמיינער ליטעראַטור־פֿאָרשונג, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט די פֿונקציעס וואָס אַ פּסעוודאָנים פֿילט אויס אין דער ליטעראַטור.

דער צווייטער קאַפּיטל פֿון איר חיבור איז אַ פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿון איר פֿאָרשמוסטער, אַ קאַפּיטל וואָס איז ביז גאָר אָריגינעל און באַלערנדיק. לויט אַזאַ דוגמא, אַנאַליזירט זי קאַצעטניקס ערשטן ראָמאַן געשריבן אויף ייִדיש, דער ראָמאַן „סאַלאַמאַנדראַ‟, מיט דער הילף פֿון דער ערשטער העברעיִשער איבערזעצונג פֿון יאָר 1946. דאַהאַן טענהט אַז קאַצעטניקס ראָמאַן סאַלאַמאַנדראַ איז אַ מין וואַדעמעקום, אַ ליטעראַרישער עולם־ומלואו, אין וועלכן דער לייענער קען געפֿינען דעם קערן פֿון אַלע אַנדערע ביכער וואָס קאַצעטניק האָט געשריבן וועגן אומקום, אָבער ער האָט זיך אונטערגעשריבן נישט ווי יחיאל פֿײַנער, נאָר ווי קאַצעטניק. מאי קא משמע לן דער איבערגאַנג פֿון יחיאל פֿײַנער צו קאַצעטניק? דעם ענטפֿער אויף אָט דער פֿראַגע, געפֿינען מיר אין מאָניק דאַהאַנס גלענצנדער אַרבעט.

דאַהאַן באַטראַכט דעם פּעננאָמען קאַצעטניק ווי אַ פּסעוודאָנים וואָס באַשאַפֿט אַ שפּאָגל נײַעם מיטאָס; ער ווערט אויך באַטראַכט ווי אַ באַגריף וואָס אָנטהאַלט סימנים וואָס זאָגן עדות וועגן אַ באַציִונג צו דעם מיטמענטש (האחר) – אַ מיטמענטש וואָס איז אַנדערש פֿון דעם וואָס שרײַבט די כּתבֿים וועגן דעם חורבן, און איז אַנדערש איבער דער טראַנספֿאָרמאַציע וואָס דער שרײַבער יחיאל פֿײַנער פֿון פֿאַר־דער־מלחמה מאַכט דורך ווי אַ העפֿטלינג בײַ די דײַטשן אין די געטאָס און לאַגערן; דער פּסעוודאָנים קאַצעטניק ווערט אויך באַטראַכט אין אַ דריטן קאָנטעקסט — אין ריטואַל־איבערגאַנג־צערעמאָניעס אין וועלכע יחיאל פֿײַנער דער מחבר נעמט אָנטייל, בעת דעם איבערגאַנג פֿון ייִדישן מזרח־אייראָפּעיִשן לעבן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, ביז צו דעם פּלאַנעט אוישוויץ, אַ וועלט אָן אַ נאָמען און אָן אַ פּרעצעדענט אין דער ייִדישער געשיכטע.

שוין בײַם אָנהייב פֿון איר קורצן אַרײַנפֿיר, דערמאָנט די מחברטע, פֿון איין זײַט, ווי ווייניק האָט זיך די פֿאָרשונג פֿאַרנומען מיט דעם באַנוץ פֿונעם פּסעוודאָנים קאַצעטניק, און פֿון דער אַנדערער — דערקלערט זי ווי נוציק עס זײַנען די פילאָסאָפֿישע, ליטעראַרישע און אַנטראָפּאָלאָגישע טעאָריעס אויפֿצובויען אַ פֿאָרשמוסטער וואָס זאָל דערמעגלעכן צו אַנאַליזירן דעם באַטײַט און צענטראַלן אָרט וואָס עס פֿאַרנעמט דער פּסעוודאָנים קאַצעטניק.

אין אַרײַנפֿיר פֿונעם דאָקטאָראַט ווערט פֿאָרגעשטעלט דער סקעלעט פֿון גאַנצן חיבור אין אַלגעמיין און די צילן פֿון דער אַרבעט. אַלץ אין אָט דעם אַרײַנפֿיר ווערט פֿאַרבונדן מיט דעם אופֿן ווי דער פּסעוודאָנים עקזיסטירט אין קאַצעטניקס שריפֿטן, און מיט זײַנע פֿונקציעס. דאָס איז אַן עדות ווי טיף און אויף וויפֿל מאָניק דאַהאַנס אַרבעט איז אַן אינטערדיסציפּלינאַרער חיבור, וואָס באַציט זיך צו טעאָריעס וועגן מיטאָס, ליטעראַרישע טעאָריעס, פֿילאָסאָפֿישע טעאָריעס, און אַנטראָפּאָלאָגישע, ווי אויך צו שפּראַך־טעאָריעס און אַנדערע קולטור־היסטאָרישע אַספּעקטן. דאָס קען מען זען אין דער ביבליאָגראַפֿיע אין פֿינף שפּראַכן, וואָס ווערט דערמאָנט אין אַלע קאַפּיטלען פֿון דעם חיבור, אין אַלע זײַנע זײַטן.

צוליב דעם וואָס איר חיבור פֿאַרנעמט זיך מיט אַ פּסעוודאָנים וואָס איז אַנטשטאַנען אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט, באַשרײַבט דאַהאַן די באַציונג פֿון היסטאָריקער צום חורבן, און די שטעלונג פֿון אַנדערע פֿאָרשער צו דעם „נאַראַטיוון אמת‟ וואָס שטעקט אין די שריפֿטן געשאַפֿן אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט. רעזומירנדיק אירע טעאָרעטישע באַטראַכטונגען, שרײַבט דאַהאַן: „איך וויל באַהויפּטן אַז קאַצעטניקס שריפֿטן באַזירן זיך נישט נאָר אויף דער היסטאָרישער רעאַליטעט פֿון דער חורבן, ווי זי ווערט באַשריבן אין די עדותשאַפֿטן. קאַצעטניק ניצט אויס אין זײַנע שריפֿטן די מיטאָלאָגישע טראַדיציע‟ (זײַט 6).

דער פֿענאָמען צו באַניצן אַ פּסעוודאָנים אַנשטאָט זיך אונטערצושרײַבן מיטן אמתן נאָמען, איז אַ פֿאַרשפּרייטער אין דער וועלט־ליטעראַטור און בײַ ייִדן אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. אין אַרײַנפֿיר ווערט אויך רעזומירט דאָס וואָס איז געשריבן און געפֿאָרשט געוואָרן ביז איצט וועגן קאַצעטניקס ליטעראַרישער ירושה. בײַם סוף פֿון אַרײַנפֿיר שטעלט דאַהאַן פֿאָר אַ פֿאָרשמוסטער וואָס זאָל העלפֿן דעם לייענער צו פֿאַרשטיין איר אַנאַליז וועגן די קעגנזײַטיקע באַציִונגען צווישן פּסעוודאָנים קאַצעטניק מיט דער מיטישער דימענסיע, ווי אויך קאַצעטניקס באַציִונג צו זײַנע מיטמענטשן, און אויך וואָס מיינט דער פּסעוודאָנים קאַצעטניק ווען מיר פּרוּוון פֿאַרשטיין די ריטועלע דימענסיע פֿון דעם באַנוץ.

אין ערשטן קאַפּיטל פֿון מאָניק דאַהאַנס אַרבעט, באַקומט דער לייענער, צום ערשטן מאָל, אַ פּרטימדיק בילד פֿון יחיאל פֿײַנערס ביאָגראַפֿיע, לויט דעם וואָס מע ווייסט ביז הײַנט. דאַהאַן באַשרײַבט צום ערשטן מאָל אַ סינאָפּטיש בילד וואָס אַנטהאַלט אַ קלאָרע און כּסדרדיקע פֿאַרטיילונג פֿון יחיאל פֿײַנערס לעבן און שאַפֿן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, בעת דער נאַצי־הערשאַפֿט, און נאָך דער באַפֿרײַונג.

אַזאַ איבערבליק איז למעשׂה דער ערשטער ביאָגראַפֿישער פֿולער איבערזיכט וואָס איז ווען עס איז אָנגעשריבן געוואָרן. עס איז נישטאָ קיין ספֿק אַז אָט דער קאַפּיטל אין דער דיסערטאַציע, צוזאַמען מיט די מקורים אויף וועלכע ער שטיצט זיך, וועט דינען אין דער צוקונפֿט ווי אַ באַגלייבלעכע באַזע אָנצושרײַבן די פֿולע ביאָגראַפֿיע פֿון יחיאל פֿײַנער.

אויפֿן פֿאָרשגעביט פֿון קאַצעטניקס שאַפֿן, מוז מען צונויפֿקלײַבן, דעשיפֿרירן און פֿאַרעפֿנטלעכן די כּתבֿים אויף ייִדיש און העברעיִש, וואָס ער האָט געשאַפֿן צווישן ביידע וועלט־מלחמות.

דאַהאַן גיט זי אָפּ אַ ספּעציעלן אָרט צו באַטראַכטן די פֿאַרשיידענע נעמען פֿון מחבר, און הייבט אָן צו עקזאַמינירן דעם אָרט וואָס דער פּסעוודאָנים קאַצעטניק פֿאַרנעמט אין יחיאל פֿײַנערס עדותשאַפֿט וועגן אומקום. אויפֿן פֿאָן פֿון אַזאַ אַלגעמיינעם איבערזיכט שטעלט זי דעם טראָפּ אויף דעם פֿאַקט אַז דער פּסעוודאָנים קאַצעטניק איז אַ שליסל־באַגריף צו פֿאַרשטיין יחיאל פֿײַנערס פֿאַרמעסט מיט דער רעאַליטעט פֿון די מזרח־אייראָפּעישע ייִדן בעת דעם אומקום.

דאַהאַן באַטאָנט אַז אַ פֿולער פֿאַרשטאַנד פֿון קאַצעטניקס שריפֿטן איז מעגלעך נאָר ווען עס וועלן צונויפֿגעזאַמלט און אַנאַליזירט ווערן אויך יחיאל פֿײַנערס שריפֿטן אויף ייִדיש, געשריבן צווישן ביידע וועלט־מלחמות. כּדי צו באַגרינדן איר טענה פֿאַרנעמט זי זיך מיט אַן אַנאַליז פֿון צוויי פּובליקאַציעס געדרוקט צווישן די צוויי וועלט־מלחמות: דאָס ליד „מצבֿה‟, וואָס איז אַ מין הספּד אויפֿן טויט פֿון זײַן מוטער, און פֿײַנערס ערשטער בוך לידער, „צוויי און צוואַנציק‟, דערשינען אין יאָר 1931. מיט דעם הייבט זי אָן צו פֿאַרשטיין אויף וויפֿל זײַן ייִדישע פּאָָעזיע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז געווען אַ צוגרייט־סטאַדיע וואָס האָט אים געהאָלפֿן גײַסטיק צו שרײַבן וועגן דער חורבן אונטערן פּסעוודאָנים קאַצעטניק.

נאָך מער, דאַהאַן פֿאַרנעמט זיך מיטן מאָטיוו פֿון אַ פֿאָרגעפֿיל אין פֿײַנערס פֿאַרמלחמהדיקער פּאָעזיע וועגן אַן אָנקומענדיקער קאַטאַסטראָפֿע. זי באַציט זיך אויך צו אַזאַ פֿאַרגעפֿיל בײַ אַנדערע ייִדישע און העברעיִשע שרײַבער.

נעמענדיק אין אַכט די באַדינגונגען וואָס האָבן געבראַכט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אַז יחיאל פֿײַנער זאָל פֿאַרבײַטן זײַן נאָמען אויף קאַצעטניק — ווײַל לויט אים איז יחיאל פֿײַנער געשטאָרבן בעת דער מלחמה און קאַצעטניק דער שרײַבער איז דאַן געבוירן געוואָרן — פֿלײַסט זיך דאַהאַן צו פֿאַרשטיין און אַנאַליזירן אַזאַ טראַנספֿאָרמאַציע, און שטייט זיך אויף תּורת־הגלגול בײַ ייִדן און אויף דעם חסידישן באַגריף „תּיקון‟, נעמענדיק אין אַכט פֿײַנערס פֿארבינדונג מיטן בראַסלאַווער חסידות.

נאָכן דערלערנען פֿײַנערס ליד „מצבֿה‟ (1928) און זײַן ערשטן בוך לידער, „צוויי און צוואַנציק‟ (1931), שרײַבט דאַהאַן: „דער אַרײַנפֿיר צום בוך לידער כאַראַקטעריזירט יחיאל פֿײַנערס באַוווּסטזײַן ווי אַ פּאָעט, און גלײַכצײַטיק זײַן צוגעבונדנקייט צו דער רעאַליטעט פֿון זײַן צײַט. אין אַלגעמיין מעג מען זאָגן אַז יחיאל פֿײַנערס אַרײַנפֿיר צו זײַנע לידער איז פֿאַר אים דאָס געוווּנטשענע, אָבער די לידער אַליין אַנטשפּרעכן די טרויעריקע רעאַליטעט — אַ וויזיע אַן אַפּאָקאַליפּטישע. פֿײַנער איז געווען גרייט שוין דעמאָלט צו ווערן אַ באַשרײַבער פֿון אַן אָנקומענדיקן אומקום ווײַל, שוין אין זײַן בוך לידער, האָט ער אויפֿגענומען די רעאַליטעט אין זײַן צײַט, ווי אַ רעאַליטעט וואָס איז גראָטעסק און אַבסורדאַל, נישט געקוקט אויף דעם וואָס זײַן גאַנצער חינוך האָט אים געפֿירט צו גײַסטיקייט‟ (זײַט 53).

אין דעם צווייטן קאַפּיטל, „דער פּסעוודאָנים אין קאַצעטניקס שאַפֿונגען וועגן דעם חורבן‟ (זײַטן 76—119), הייבט אָן דאַהאַן אַ גרינטלעכן איבערזיכט אויף דער טעאָרעטישער ליטעראַטור וואָס האָט צו טאָן מיט דעם באַטײַט פֿון נעמען בכלל, סײַ אין די הומאַניסטישע וויסנשאַפֿטן און סײַ אין יודאַיִסטישע לימודים (זײַטן 76-88). ווײַטער פֿאַרפֿלעכט דאַהאַן לענגאויס איר גאַנצן חיבור טעאָרעטישע באַטראַכטונגען און מקורים צוזאַמען מיט איר אַנאַליז וועגן באַטײַט און פֿונקציעס פֿון פּסעוודאָנים קאַצעטניק.

אָט דער טייל פֿון דער דיסערטאַציע איז פֿאַקטיש אַן אַרײַנפֿיר צו דער פּרשה „דער פּסעוודאָנים אין יחיאל פֿײַנערס שריפֿטן‟. דער אַרײַנפֿיר איז דאָקומענטירט מיט דער הילף פֿון אַ צעצווײַגטער ביבליאָגראַפֿיע אויף זעקס שפּראַכן (העברעיִש און אַראַמעיִש, ייִדיש, פֿראַנצייזיש, ענגליש און דײַטש). די ביבליאָגראַפֿישע באַזע פֿון חיבור נעמט אַרײַן אין זיך אַ ברייטן דיאַפּאַזאָן פֿון טעאָרעטישער ליטעראַטור וואָס דאַהאַן אַנאַליזירט. אָט די טעאָרעטישע ליטעראַטור ווערט בײַ איר די באַזע פֿאַר אַן אָריגינעלער קאָנסטרוקציע פֿון אַ נאָוואַטאָרישער דוגמא צו אַנאַליזירן דעם אָרט און באַטײַט וואָס דער פּסעוודאָנים קאַצעטניק פֿאַרנעמט אין יחיאל פֿײַנערס שריפֿטן.

בײַם איבערגאַנג פֿון אירע טעאָרעטישע באַטראַכטונגען צום אַנאַליז פֿון אָרט און באַטײַט פֿון פּסעוודאָנים קאַצעטניק, ניצט דאַהאַן אויס דעם אונטערשייד וואָס עקזיסטירט צווישן אַ סעמאַנטישער שפּראַך און דעם פּאָעטישן באַטײַט פֿון אַ שפּראַך. אַ סעמאַנטישע שפּראַך איז מער אַ טעכנישע שפּראַך וואָס דריקט נישט אויס געפֿילן אָבער ווײַל די שרײַבער אין דער צײַט פֿון אומקום האָבן אַ באַדערפֿעניש אויסצודריקן געפֿילן אין דראַמאַטישע און טראַגישע צײַטן, כּדי צו זײַן אויטענטיש, איז גאָר וויכטיק צו פֿאַרשטיין די שפּראַך פֿון דער ליטעראַטור און די פּאָעטישע שפּראַך.

אויפֿן פֿאָן פֿון די אַלגעמיינע געדאַנקען וועגן דעם באַטײַט פֿון נעמען און צונעמען אין דער הומאַניסטישער קולטור, באַטראַכט דאַהאַן קאַצעטניקס באַשרײַבונג פֿון איינער פֿון זײַנע איבערלעבונגען פֿארבונדן מיט דער אַנטבלויזונג פֿונעם אוישוויץ־נומער אויף זײַן לינקער האַנט — 135633 — אַ נומער וואָס לויט אים איז געוואָרן זײַן נאָמען אין אוישוויץ (זײַט 86).

אין צווייטן קאַפּיטל ווערט באַטאָנט דער פֿענאָמען וואָס האָט צו טאָן מיט טוישן נעמען, און ווי שרײַבער ניצן זיי אויס בײַם אונטערשרײַבן זיך מיט ליטעראַרישע פּסעוודאָנימען אַנשטאָט זייערע אמתע נעמען. אַזאַ אַרומנעמיקע פּערספּעקטיוו בײַם באַטראַכטן אַזאַ מין דערשײַנונג אין דער קולטור־געשיכטע פֿון דער מענטשהייט, און אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, איז אַ טיפֿער פֿאָרשערישער שריט וואָס פֿירט אַרויף אויף אַ וועג צו פֿאַרשטיין יחיאל פֿײַנערס באַנוץ מיט דעם פּסעוודאָנים קאַצעטניק.

דאַהאַן אַנאַליזירט דרײַ שיטות אויסצופאָרשן דעם באַטײַט פֿון אַ פּסעוודאָנים בכלל (זײַטן 94—102). די ערשטע שיטה איז די פּסיכאָאַנאַליטישע, די צווייטע שיטה פֿאַרנעמט זיך מיט אויספֿאָרשן נעמען, און די דריטע שיטה גייט צו צום פּסעוודאָנים ווי ער וואָלט געווען אַ מדרש.

וואָס שייך דער ערשטער שיטה, ניצט די דעם צוגאַנג פֿון דעם פּסיכאָאַנאַליטיקער זשאַק לאַקאַן. זי שרײַבט: „די טראַוומע איז אַ טרעפֿונג מיטן ממשותדיקן. אין אַזאַ טרעפֿונג פֿאַלן אַוועק די סימבאָלישע און אויסגעטראַכטע זעלבשוץ־מיטלען. אין אַזאַ פֿאַל איז ביז גאָר וויכטיק צו נעמען אין באַטראַכט אָט אַזאַ צוזאַמענטרעף, ווײַל דער פּסעוודאָנים ווערט געבוירן ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער טראַוומע וואָס יחיאל פֿײַנער האָט איבערגעלעבט. דער ציל פֿון פּסעוודאָנים איז צו רעפּרעזענטירן דאָס ממשותדיקע — צו דערפֿילן די ממשותדיקע טראַוומע בעת דער חורבן. איך טענה אַז דער נאָמען קאַצעטניק איז אַ מין פֿענצטער דורך וועלכן מע קען זען און איבערלעבן די טראַגישע געשעענישן אין דער צײַט פֿון אומקום.‟ (זײַט 100).

דאַהאַן פֿאַרענדיקט דעם צווייטן קאַפּיטל (זײַטן 104—121), פֿאָרשטעלנדיק דעם צענטראַלן חידוש פֿון איר דיסערטאַציע — אַ פֿאָרשמוסטער וואָס זי וועט אַנטוויקלען אין דריטן קאַפּיטל.

אין דריטן קאַפּיטל פֿאַרנעמט זיך דאַהאַן מיט אַן אַנאַליז פֿונעם ראָמאַן „סאַלאַמאַנדראַ‟, דער ערשטער ראָמאַן וואָס איז דערשינען אין דרוק וועגן דעם אומקום, ווי אויך דער ערשטער פֿון קאַצעטניק. אָט דער ראָמאַן נעמט אין זיך אַרײַן אַלץ וואָס יחיאל פֿײַנער האָט איבערגעלעבט בעת דער חורבן. טיילן האָט ער אַנטוויקלט און פֿאַרברייטערט אין זײַנע קומענדיקע ביכער וועגן אומקום. מאָניק דאַהאַנס פֿאָרשמוסטער ווערט דאָ עקזאַמינירט. ווי געזאָגט, דער פֿאָרשמוסטער כּדי צו בעסער פֿאַרשטיין דעם באַטײַט פֿון פּסעוודאָנים קאַצעטניק, שטיצט זיך אויף דרײַ ריכטונגען וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט נעמען: אַ טעאָרעטישע ליטעראַטור וועגן מיטאָס, וועגן דעם מיטמענטש, און אַרום אַ ריטואַל. נעמען און זייערע פֿונקציעס אין דער טויזנט־יאָריקער קולטור בײַ ייִדן, העלפֿן אויך פֿאַרשטיין פֿײַנערס באַנוץ מיט אַ פּסעוודאָנים.

שטיצנדיק זיך אויף עמנואל לעווינאַס און זײַן צוגאַנג צום מיטמענטש, אַנאַליזירט דאַהאַן דעם אחריות־געפֿיל פֿאַרן מיטמענטש, לויט ווי דער אחריות־געפֿיל ווערט באַשריבן אין ראָמאַן סאַלאַמאַנדראַ און שפּיגלט זיך אָפּ אין פּסעוודאָנים קאַצעטניק.

אין ליכט פֿון די שריפֿטן פֿון זשאַן פּאָל סאַרטער, עמנואל לעווינאַס און פֿראַנץ ראָזענצווײַג, און זייער אָנבליק אין ראָמאַן סאַלאַמאַנדראַ, געפֿֿינען מיר בײַ דאָהאַן אַ קערנדיקע אינטערפּרעטאַציע וואָס באַלײַכט די קעגנזײַטיקע באַציִונגען צווישן מענטשן אין דער צײַט פֿון אומקום. אין ליכט פֿון זייערע שריפֿטן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט די באַציִונגען צווישן מענטש און מענטש, מיטן מיטמענטש, פֿאָרמולירט דאַהאַן די פֿראַגע: ווי אַזוי פֿאַרוואַנדלט זיך יחיאל פֿײַנער אין אַ מחבר מיטן נאָמען קאַצעטניק? ווי אַזוי טויכט אויף דער מיטמענטש קאַצעטניק אין יחיאל פֿײַנערס שריפֿטן?

דער באַנוץ מיטן פּסעוודאָנים קאַצעטניק ווערט אויך באַשריבן אין דער דיסערטאַציע ווי אַ ריטואַל וואָס באַצײכנט אַן איבערגאַנג אין יחיאל פֿײַנערס נשמה ווי דער עדות פֿון אומקום — פֿון אַ טראַוומאַטישער סיטואַציע צו אַ שפּאָגל נײַער דעפֿיניציע פֿון זיך אַליין, דער טראַוומאַטישער מצבֿ ווען יחיאל פֿײַנער ווערט אַ העפֿטלינג, אַ קאַצעטלער, בײַ די נאַצישע רודפֿים, אויף אַ מין פּלאַנעט וואָס האָט אַפֿילו קיין נאָמען נישט געהאַט אין דער געשיכטע פֿון דער מענטשהייט.

לויט די ווערטער פֿון די ביכער אונטערגעשריבן מיטן נאָמען קאַצעטניק, איז יחיאל פֿײַנער געשטאָרבן אין אוישוויץ און געבוירן געוואָרן דאָרט פֿון דאָס נײַ מיטן נאָמען קאַצעטניק 135633.

ווי מיר ווייסן פֿון דעם וואָס מע שרײַבט אין ישׂראל וועגן יחיאל פֿײַנער — קאַצעטניק — יחיאל דינור, האָט זיך דער שרײַבער נישט אַרויסגעטראָטן אין דער עפֿנטלעכקייט און זיך בכלל דערווײַטערט פֿון מענטשן (אַרײַנגערעכנט לײַבלעכע קרובֿים), זיך דערווײַטערט אויך פֿון די וואָס האָבן אים געקענט נאָך אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות. אין אַזאַ פֿאָרם האָט יחיאל פֿײַנער קאָנקרעטיזירט בעת זײַן לעבן נאָך דער באַפֿרײַונג דעם ריטואַל וואָס האָט אים געבראַכט בעתן אומקום צו פֿאַרבײַטן זײַן אידענטיטעט און אויפֿהערן צו זײַן יחיאל פֿײַנער און ווערן קאַצעטניק. קאַצעטניק — אַ מענטש מיט אַ צווייפֿאַכיקער אידענטיטעט, אַ מענטש וועמענס נאָמען אין מדינת־ישׂראל, ווי אַ בירגער, איז געווען יחיאל די-נור, אָבער, וועמענס נאָמען ווי דער מחבר פֿון ביכער וועגן דעם אומקום איז געווען קאַצעטניק. וועגן אָט דער צעשפּליטערטער אידענטיטעט שרײַבט דאַהאַן אין איר חיבור אין באַציונג צו יחיאל דינורס L.S.D קוראַציע אין ליידן (האָלאַנד) בײַ פּראָפֿעסאָר באַסטיאַנס.

בײַם סוף גיט דאַהאַן צו אירע מסקנות (זײַטן 179—185), די עיקר־דערגרייכונגען פֿון איר דיסערטאַציע. אין דעם קאַפּיטל טרעפֿט דער לייענער אַ נאָוואַטאָרישן צוגאַנג צו קאַצעטניקס ליטעראַרישער ירושה, וואָס באַלײַכט זײַן שאַפֿן פֿון אומדערוואַרטע ווינקלען.

דער וויסנשאַפֿטלעכער אַפּאַראַט אויף וועלכן די דיסערטאַציע שטיצט זיך, נעמט אַרײַן אין זיך דרײַ עלעמענטן:

1) אַ שלל מיט הערות, וואָס דערקלערן און פֿאַרברייטערן דאָס געזאָגטע אויבן אין טעקסט;

2) פֿופֿצן צוגאַנגען וועלכע זײַנען פֿאַרבונדן מיט יחיאל פֿײַנערס און יחיאל דינורס ביאָגראַפֿיע, אַרײַנגערעכנט יחיאל דינורס עדותשאַפֿט אין אַדאָלף אייכמאַנס משפּט (אַ דאָקומענט וואָס איז געבליבן אומבאַקאַנט ביז הײַנט);

3) אַ פֿאַרצווײַגטע ביבליאָגראַפֿיע אויף זעקס שפּראַכן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.