Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אוידיאָ: אַ קריגערײַ בײַם לעצטן מניןLISTEN: An Argument Breaks Out at the Last Minyan

פֿון דעם הומאָריסטישן אַנעקדאָט, קען מען הערן די ייִדישע אויסדרוקן וואָס אַ טייל חסידים ניצן הײַנט צו טאָג

מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

דעם חסידס יידיש איז אנגעפילט מיט שפאנונג. ווערטער און אויסדרוקן פון קרעכץ, עגמת נפש, פחד, בושה, אפשיי, און מצד שני אויסדרוקן פון דערהויבנקייט, שמחה, און ערווארטונג, אבער אויכעט פון, קנאה, בייסיגקייט, שפאט, וכו’. א רעכטער יורש פונעם שטעטלישן אידיש.

אין זייערע היימישע אויסגאבעס, די עפענטליכע שריפטן, וועט מען ארויס שניידן די רכילות לשונות, אבער סתם אזוי אין א קופקע, א געזעמל שמועסערס, אדער שבת סעודה, איז השם ישמרינו, מען טוט אויס א מענטשן נאקעט אונטער א פארגרעסערונג גלאז און מען באפעפערט יענעם מיט כל מיני לשונות. דער מידה נעמט זיך גראד ארויס פון דער אלטער איינגעצוימטער שטעטל. די סארט אויסדרוקן פלעגן ווארפן א רושם אויף אלס און אלעמען. צו מאל צום גוטן, אבער א סך מאל צום בייזן. און טאקע אזא סארט לשון איז געווען דאס וואס האט געהאלטן דאס שטעטל פארקניפט און איינגעפלאכטן, ווי אן אלט בינטל האר. די לשונות האבן שארף גע’משפט און געשטראפט.

היינט וויל איך אייך געבן א לעבעדיגן ביישפיל פון א סצענע ביי חסידים אין בית־מדרש, וועט איר דורך א שפארע כאפן א בליק אריין צו עפעס אן אינווייניגסטער הלוך ילך פארפלאכטן מיט  טיפישע לשונות. אויב זענט איר נישט געוואוינט צו הערן אזא אינטענסיווע אריינשניידענדיגער שפראך קען דאס אייך שאקירן, ווי אויכעט זענען פאראן געוויסע ווערטער וועלעכע זענען ביים וועלטליכן אידיש רעדנדיקן פארעכנט אלס געמיין און פראסט, אבער איז ביים חסיד דוקא אין באניץ. דאס איז נישט ווייל ביים חסיד איז מותר ניבול פה מער ווי ביים פרייען מענטשן, נאר דוקא ווייל דער חסיד ווייסט מסתמא נישט דעם אמתן טייטש פון די ווערטער.

הערט, למשל, ווי דער קופקע פירער אברהם יאסל שילדערט מיט באק ציינער, מיט א ברען, ווי דער פארשלעפטער טיפ יויקל קומט פון מקוה צום סאמע לעצטן מנין אינעם כמעט ליידיגן בית המדרש אריין. דאס איז א סצענע אויף וואס מ’קען מיט רעכט זאגן דעם באקאנטן אידישן אויסדרוק: “דער עולם האט זיך געהאלטן אין די זייטן”:

דער יויקל קומט צו לויפן מיט די הויזן טרעיגערס און האלב אויסגעטוענעם הענגעדיגן קורצן אנצוג, מיטן ארויפגעצויגענעם העמד ביים לינקן ארעם גרייט פאר די תפילין. יעדן טאג די זעלבע, נעמט זיך רודערן און קאמאנדעווען, ריקט אריין א קדיש יתום וואו מען קען, האט טענות ומענות צו אלעמען ארום: דער דאוונט צו הויך, דער בעל תפילה דאוונט צו שנעל: 

„כאפ נישט, שלינג נישט קיין ווערטער, וואו איילסטו זיך, ווארט צו, דו זעסט דער עולם איז נישט גרייט.‟

יויקל האט א שותף מיט די קדישים, ספעציעל ביים קדיש יתום פאר הודו, יויקל שטייט דארטן ביים רעכטן זייט קרוב צו מזרח, דער אנדערער דארטן נעבן בימה, זיי הארגענען זיך יעדן טאג ארום. יענער זאגט שנעל, מאַכט יויקל גוזמאדיקע הוויות מיט די הענט יענער זאָל זאָגן פאמעלעכער, ווי מען זאגט, יאג זיך נישט. יענער פייפט זיך אריין, לויפט ווייטער מיטן קדיש, יויקל הייבט א בייזער פארברייטערטע שטימע מיט אויפגעברויזטע בליקן אויף צוריק, זאגט בדוקא נאך מער פאוואליע, מאכט אן אתנחתא יעדע וויילע ווי אויף צוריקצוציען די לייצעס און הייבט ווידער אמאל אן דעם האלב ארויס געזאגטן ווארט: בחי… בחיכון ובי…. וביומיכון… 

דער אנדערער קדיש זאגער איז א צווייטער לא לנו, אן אלטער בחור אין זיינע פופציגערס, א שלעפער וואס האט אויך צייט ווי גרויס די יאר איז, קומט יעדן טאג צום לעצטן מנין נאך חצות, יענער פלאצט פון יויקלען, ביז אזוי אינמיטן קדיש קען ער זיך נישט איינהאלטן: 

„ובחיי דכל ב… נע, אזא פץ אין מיין לעבן נישט געזען‟. 

האהאהא, משטיינס געזאגט. ער האט אויסגערעדט, וואס פאר א געלעכטער!!!

יויקל שפרינגט פאר די עזות, ס’האט אויסגעזען ווי ער האלט אים ביים אראפלאזן צוויי פראסקעס, ער קען דאך נישט אוועק אינמיטן קדיש-זאגן פון זיין פלאץ, קוויטשעט ער אין לשון הקודש.

„נו, באמצע קדיש, אסור לדבר, ניבול פה.‟ 

דעם אנדערן קומט אויף די בלוט, מען זעט אז עס איז נישט גוט, ס’איז קלאר ס’קומט עפעס א גוט’ס, א שוי שפיל, זיינע פיס זענען אים אויך צוגעבינדן מיטן קדיש. יענער כאפט א טלית פון די בימה און ווארפט אויף יויקלען. 

נאר דאס האט אויסגעפעלט, יויקל פארקוועטשט זיין פנים מיט היייליגער כעס: 

„נו ני, חילול הקודש!‟ 

הקיצור, ס’איז געווען לעבעדיג.

דער אלטער זאטל, דער אונגארישער שלעפער מנשה, דער איינגעדארטער מיטן הויקער, דער וואס שטייט ביים לעצטן טיש ווי פון דעם גולם’ס צייטן, שטעקט ארויס דעם קאפ פון זיין דינעם אלטן צעריסענעם טלית, ער קען דאס נישט צוקוקן מער אזיינס אינמיטן דאווענען, באשייגעצט ער ביידן: 

„נו,,, קיינער פון ענק זאגט נישט קיין קדיש! ענקערע עלטערן זענען ענק מוחל ענקער קדיש!‟

הערסטע, דער עולם האט זיך געהאלטן אין די זייטן פאר געלעכטער…

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version