ווידעאָ: חורבן־ליד אָנגעשריבן פֿון אַ 12־יעריק קינדWATCH: Holocaust Song Written By A 12-Year-Old Boy
יוסף בראָווערמאַנס „טולטשין‟ באַשרײַבט דעם גורל פֿון די ייִדן אין זײַן שטעטל אין אוקראַיִנע.
דער אַלבאָם „ייִדישע פּראַכט‟, אַ פּראָיעקט פֿון ד׳׳ר אַנאַ שטערנשיס צוזאַמען מיט אַ גרופּע מוזיקער און די זינגער פּסאָי קאָראָלענקאָ און סאָפֿי מילמאַן, האָט באַקאַנט געמאַכט פֿאַרן ברייטן עולם מיט אַ ריי ייִדיש־שפּראַכיקע לידער, וואָס סאָוועטישע ייִדן האָבן אָנגעשריבן בשעתן חורבן.
איינס פֿון זיי האָט אָנגעשריבן דאָס צוועלף־יעריק ייִנגל יוסף בראָווערמאַן אין 1942, בעת ער איז געזעסן אינעם טרויעריק באַרימטן קאָנצענטראַציע־לאַגער פּעטשאָראַ, וווּ ער איז אומגעקומען. אַזוי ווי אַלע ייִדן פֿון זײַן שטעטל טולטשין, האָט בראָווערמאַן געשמאַכט אַ יאָר אינעם פּעטשאָרער געטאָ, איידער מע האָט אים פֿאַרשיקט קיין פּעטשאָראַ. אין זײַן ליד פֿאַרגלײַכט ער דעם בליִענדיקן אַרום פֿון דער שיינער לאַנדשאַפֿט מיט די ייִדן, וואָס גייען אויס פֿון הונגער און קרענק. זײַנע ווערטער ענדיקן זיך מיט אַ צוזאָג, אַז די גאַנצע וועלט וועט באַלד וויסן וועגן דער ייִדישער טראַגעדיע אין פּעטשאָראַ.
בײַ דער סאָוועטישער צענזור איז בראָווערמאַנס לעצטע שורה ניט געווען גענוג קעמפֿעריש; האָט מען צוגעגעבן אַ סטראָפֿע, אין וועלכער דער נאַראַטאָר רופֿט זײַנע ברידער צו מאַכן אַן אויפֿשטאַנד מיט ביקסן אין די הענט. די לעצטע סטראָפֿע פּאַסט אין גאַנצן ניט צו צום רעשט פֿונעם ליד, אָבער אַזוי איז ער פֿאַרבליבן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO