ווידעאָ: „אַ ייִדישע מאַמע‟ פֿון יאָסעלע ראָזענבלאַטWATCH: “My Yiddishe Momme” Sung by Yossele Rosenblatt
הערט אויך ווי סאָפֿי טאָקער, בילי האָלידיי און די שוועסטער בערי זינגען דאָס פּאָפּולערע ליד.
צוויי ייִדישע לידער זענען זייער ברייט פֿאַרשפּרייט אין אַמעריקע אויף ענגליש: „דאָנאַ דאָנאַ‟ און „אַ ייִדישע מאַמע‟, אינעם ענגלישן נוסח — My Yiddishe Momme.
ביידע זענען געווען ריזיקע שלאַגערס אויף ביידע שפּראַכן און ווערן הײַנט געזונגען אַרום דער וועלט אויף צענדליקער לשונות. כאָטש ס׳רובֿ אַמעריקאַנער (שוין אָפּגערעדט פֿראַנצויזן און יאַפּאַנער), ווייסן בכלל ניט, אַז „דאָנאַ דאָנאַ‟ איז לכתּחילה געווען אַ ייִדיש ליד, ווייסט מען גלײַך דאָס לשון פֿון „אַ ייִדישע מאַמע‟.
אין זײַן ענגלישן נוסח, איז „אַ ייִדישע מאַמע‟ פול מיט די סטערעאָטיפּישע עמאָציאָנעלע קנייטשן פֿונעם אַמעריקאַנער „וואָדעוויל‟ פֿון די 1920ער יאָרן און ס׳איז קיין חידוש ניט, וואָס אַ לידער־שרײַבער פֿאַר „וואָדעוויל‟, דזשעק יעלען, האָט אָנגעשריבן דעם טעקסט.
יעלען, וואָס איז געקומען פֿון פּוילן קיין אַמעריקע ווי אַ קינד, האָט געשאַפֿן מער ווי 200 באַקאַנטע לידער, אַ סך פֿאַר דער ייִדישער זינגערין און אַקטריסע סאָפֿי טאָקער.
טאָקער (פֿון דער היים סאָניע קאַליש) איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע און איז צום מערסטנס באַקאַנט געווען פֿאַר איר גרעבלעכער קאָמעדיע. ווען זי האָט אַרויסגעלאָזט דאָס ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟ אויף אַ פּלאַטע אין 1925 איז עס אומגעריכט געוואָרן אַ שלאַגער. מע האָט פֿאַרקויפֿט איבער אַ מיליאָן עקזעמפּלאַרן דערפֿון — אַ געוואַלדיקע צאָל צו יענער צײַט.
דאָס ליד איז אויך געווען איינס פֿון די סאַמע ערשטע, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט אין אַמעריקע אין אַ צוויישפּראַכיקן פֿאָרמאַט. אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער פּלאַטע האָט טאָקער עס געזונגען אויף ענגליש און אויף דער צווייטער — אויף ייִדיש. אָט קענט איר הערן טאָקערס רעקאָרדירונג אויף ביידע שפּראַכן:
במשך פֿון די 94 יאָר זינט טאָקער האָט דאָס ליד פּאָפּולאַריזירט, האָבן ממש הונדערטער באַקאַנטע זינגער אַרויסגעלאָזט זייערע אייגענע נוסחאָות פֿונעם ליד, אויף ענגליש, ייִדיש, פֿראַנצייזיש, העברעיִש, שפּאַניש, אונגעריש, דײַטש, פֿיניש און אַפֿילו אַראַביש. צווישן זיי — בילי האָלידיי, טאָם דזשאָנס, ניל צדקה און קאַני פֿרענציס.
האָלידייס נוסח, רעקאָרדירט בעת אַן אומפֿאָרמעלער רעפּעטיציע, איז כּדאַי צו הערן:
אויף ייִדיש זענען ספּעציעל באַרימט געוואָרן די נוסחאָות פֿון די שוועסטער בערי און יאָסעלע ראָזענבלאַט. אָט קענט איר הערן ווי עס האָבן דאָס ליד אויפֿגעפֿירט די שוועסטער בערי אויף ענגליש און ייִדיש:
דאָס ליד קען מען הײַנט אויך הערן בײַ די חסידים. אָט זעט ווי דער „שירה־כאָר‟, צוזאַמען מיט דער „פֿריילעך־קאַפּעליע‟, טרעטן אויף מיט דעם ליד אויף אַ הכנסת־ספֿר־תּורה אין ברוקלין.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO