ווידעאָ: ביילעס „האַרבסטליד‟ אויפֿגעפֿירט פֿון אירע אור־פּלימעניצעסWATCH: Beyle’s “Autumn Song” Performed by Her Great-Nieces
ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס ליד וועגן דער איצטיקער צײַט פֿון יאָר דינט ווי אַ מעטאַפֿאָר פֿאַרן מענטשלעכן לעבן און פֿאַרן עלטערן זיך.
אַז עס ענדיקן זיך די יום־טובֿים און איך זע די פֿאַלנדיקע בלעטער, דערמאָן איך זיך שטענדיק אין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ז׳׳ל און איר „האַרבסטליד‟. אין דער רירנדיקער מוזיקאַלישער קאָמפּאָזיציע, באַשרײַבט זי ווי עס בײַטן זיך די סעזאָנען, פֿאַלן די בלעטער, און אירע אייגענע געפֿילן וועגן עלטער ווערן, וועגן דעם „נעפּל אויף מײַן וועג‟.
אין דעם ווידעאָ הערט מען ווי ביילעס אור־פּלימעניצעס, די שעכטער־טעכטער, ריינע און טעמע־ליבע שעכטער, פֿירן אויף דאָס ליד. עס באַגלייט זיי בנימין שעכטער אויף דער פּיאַנע, וואָס האָט אַראַנזשירט דאָס ליד.
ווען איך האָב אַליין דערציילט די פּאָעטעסע, אַז ס׳איז מיר שטאַרק געפֿעלן איר ליד וועגן דעם עלטער־ווערן און דער מענטשלעכער שטאַרבלעכקייט, האָט זי מיר מיט אַ שמייכל געענטפֿערט: „וואָס רעדסטו ׳מענטשלעכע שטאַרבלעכקייט?׳ ס׳איז דאָך אַ ליד וועגן דעם האַרבסט!‟ אַ האַלבער וויץ צי אַ גאַנצער אמת, בין איך ניט דער איינציקער וועמען זי האָט געזאָגט, אַז דאָס ליד איז איבערהויפּט ניט קיין מעטאַפֿאָר וועגן דעם לעבן און עלטער־ווערן, נאָר דער עיקר — איר באַשרײַבונג פֿון דעם, ווי עס בײַטן זיך די סעזאָנען.
אַזוי צי אַזוי, אַז מע הערט זיך גוט צו, און אַז עס גייען פֿאַרבײַ די יאָרן, באַמערקט מען אינעם ליד דעם שאָק וואָס אַלע דערפֿילן, ווען זיי קוקן זיך אַרום און דערקענען, ווי די יאָרן זענען פֿאַרבײַגעפֿלויגן. אַזאַ טעמע איז ניט קיין זעלטענע אין לידער, נאָר ביילעס צוגאַנג צו דעם איז אַן אוניקאַלע. כאָטש זי דריקט יאָ אויס איר איבערראַשונג וועגן די „פֿליִענדיקע טעג‟ און וועגן דעם, וואָס זי האָט געמיינט, אַז עס וועט שטענדיק זײַן פֿרילינג, הערט מען בכלל ניט, אַז זי זאָל זיך באַקלאָגן וועגן דעם אָדער אויסדריקן אַפֿילו טרויער דערפֿאַר. מע הערט בלויז איר באַוווּנדערונג וועגן דעם.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO